מוסיפין והולכין בית התבשיל חנוכה קאמפיין
כ כסלו תשפ"ד 📝
יעדע וואך גייט ארויס פונעם בית התבשיל היכל הקודש גרויסע געלטער פאר פילע נצרכים און בני תורה, צי זאל עס זיין א קרעדיט אין גראסערי זיי זאלן קענען איינקויפן וואס עס פעלט אויס אין שטוב, אדער איז עס אין פארעם פון א שבת פעקל וואס ווערט צוגעשיקט גרייט צו נוצן עס זאל זיין פון וואס שבת צו מאכן, א פראיעקט וואס העלפט ארויס פולע נויטבאטערפטיגע.
דער מנהל פונעם בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו איז פארנומען צו צוזאם שטעלן יעדע וואך די גרויסע סכומים צו קענען אויסצאלן די אלע ארדערס, און ווי ער זאגט נויטיגט ער זיך זייער וויכטיג אין א באזע פון ווארימע אידן וואס זוכן צו טון חסד, און האבן א געפיל צו העלפן און שטיצן אנדערע אידן, וואס זאלן זיך איינשפאנען מיטן מיסיע פונעם בית התבשיל אז אידישע קינדער זאלן נישט גיין שלאפן הונגעריג, אדער דארפן מאכן א שבת מיט מאשין מצות און סארדינס.
יעצט איז דער בית התבשיל ארויסגעקומען צו אנשי שלומינו מיט א רוף מען זאל מחזק זיין די עסקנים זיי זאלן נישט אונטערברעכן פונעם שווערן לאסט, און אנטקעגן קומען ביים יעצטיגן חנוכה קאמפיין און זיך באשטייערן מיט וויפיל איר קענט, און אפילו איר קענט נאר געבן א קליינע סכום, אבער פרוטה ופרוטה מצטרפת פון די נדבות וועט מען בעזר השם קענען אויסצאלן די אלע ארדערס און גראסערי קרעדיטס.
דער מנהל בית התבשיל ר' שלמה געבט אונז איבער אז יעדע וואך קומען צו אינגעלייט וואס פרעגן צי מען קען זיי ארויסהעלפן, זיי האבן נישט מיט וואס שבת צו מאכן, די פרייזן פון עסנווארג האלט אין איין שטייגן, אבער די געהאלט בלייבט עפעס שטעקן, און קומט נישט מיט, און ר' שלמה זאגט אונז "וויאזוי קענען מיר אים אפזאגן?", אבער פון די אנדערע זייט איז די קאסע ליידיג, און די הילף אין גראסער פראיעקט קומט אויס צווישן צוויי און א האלב און דריי טויזענט דאלער יעדע וואך, דערפאר איז נישט געבליבן קיין ברירה, נאר איינצושפאנען אלע אנשי שלומינו זאלן צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן. דאס געלט גייט פאר דיין שכן, דיין קרוב, דיין ידיד וואס שעמט זיך צו קומען צו דיר פערזענליך "קענסט מיר אפשר געבן עפעס אויף שבת צו מאכן" און גייען צו ר' שלמה וואס איז דער שליח ציבור פון די אלע אידן, און ער בעט אין זייער נאמען איר זאלט אריינלייגן וויפיל איר קענט צו העלפן לייגן אויף זייער טיש גרעיפ דזשוס, חלה און פיש לכבוד שבת קודש.
דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע באגלייט דעם בית התבשיל שרייבט זייער שטארק איבערן בית התבשיל, אין א בריוו אום חודש אב האט דער ראש ישיבה געשריבן "עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן." עד כאן פונעם ראש ישיבה שליט"א.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זכות פון געבן צו עסן פאר אידן זאל מגין זיין פאר אייך און אייער גאנצע משפחה איר זאלט האבן פון אלעם גוטן.