שאלה: איך הער אסאך מאל ווען מען רעדט פון די ישמעאלים, אסאך מאל רופט מען זיי "אראבער", און אסאך מאל "מוסלמענער", איז עס די זעלבע זאך אדער עס איז אן אנדערע זאך, און אויב יא וואס איז דער חילוק?
 
ענטפער: זייער א גוטע שאלה, פארוואס רופט מען זיי אמאל ארארבער און אמאל מוסלמענער. דער חילוק איז זייער פשוט, ווען מען רעדט פון "אראבער" רעדט מען פון א פאלק, פון אן אפשטאם, מען רעדט פון די גויים וואס שטאמען פון ישמעאל. אבער ווען מען רעדט פון "מוסלמענער" רעדן מען פון א רעליגיע א גלויבן. עס זענען דא זייער אסאך מוסלמענער וואס זענען נישט אראבער, צום ביישפיל די גויים פון איראן זענען טאקע מוסלמענער זיי גלויבן אינעם נביא שקר מוכאמאד, אבער זיי זענען נישט קיין בני ישמעאל, זיי זענען פערסן, זיי שטאמען פונעם אלטן פאלק פון "פרס". אזוי אויך די גויים פון די מוסלמענער לאנד טערקיי זענען טערקן, אזוי אויך זענען דא עטליכע אייראפעאישע לענדער נעבן רוסלאנד וואס האבן אסאך מוסלמענער און אזוי אויך אין אפריקע.
 
די אראבער זענען די אלע שבטים אינעם אראבישן האלב אינזל, היינט געפונען זיך דארט די לענדער פון תימן, אָמאַן, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, באכריין, קואוועיט, איראק, סיריע, לבנון און ירדן, און בעיקר באשטייט עס פונעם ריזן לאנד סאודי אראביע.
 
יעצט ווען עס טוט זיך דארט אינעם מיטל מזרח די אנגעשטרענגטע מצב איז נישט כדאי אויסצוהערן די נייעס וואס וועט בלויז אנשטרענגען די נערוון, עס וועט גארנישט העלפן אדער צוגעבן ברוחניות אדער בגשמיות אויב דו וועסט ליינען אדער הערן יעדן טאג אז "אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה וועט איראן שיקן זייערע ריזיגע ארסאנעל פון באמבעס קיין ארץ ישראל", ווייל דאס וועט בלויז מאכן דערשראקן און פארפאניקט, ענדערש איז כדי צו לערנען ספרים פון אמונה און בטחון, לערנען בריוו פון אשר בנחל און עצתו אמונה וואס חזר'ן כסדר אז דער אויבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, און עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דער אויבערשטער, און אז אלעס וואס דו זעסט איז נישט מער פון א לבוש ווי דער אויבערשטער פארשטעלט זיך אין דער וועלט. מוהרא"ש חזר'ט איבער מיליאנען מאל אין זיינע הייליגער בריוו, אז דערפאר ווערט דער וועלט אנגערופון "עולם" וואס קומט פון דער לשון "העלם" וואס מיינט "פארשטעלט" ווייל דער אויבערשטער פארשטעלט זיך אין די פאסירונגען פון דער וועלט, און ער וויל זען צי דו גייסט אים אויפזוכן, און ווען דו וועסט אים אויפזוכן וועסטו אים טרעפן איבעראל.
 
ווי עס איז באקאנט די מעשה ווי דער גלח האט געזאגט דעם קליינעם קלוגן אינגל יונתן וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גרויסער גאון רבי יונתן אייבעשיץ "איך געב דיר א גילדן אויב דו זאגסט מיר וואו דער אויבערשטער געפונט זיך", האט דער אינגל תיכף געענטפערט "איך געב דיר צוויי אויב דו זאגטס מיר וואו דער אויבערשטער געפונט זיך נישט"...
 
💡 פרעגט א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com
 
💳 לייגט אריין איינער נדבה צו אונזער טעים אויף "אנשי חיל - געטרייע סאלדאטן" גרשון קרעמער