מורישקעס אויפן דאך
כ אדר תשפ"ו 📝
שאלה: וויאזוי קען א מורישקע זיך האלטן אויפן דאך? ר. זאבעל
ענטפער: דאס איז א גאר קלוגע שאלה. וויאזוי קען טאקע א מורישקע שפאצירן אויף א וואנט און אויפן סופיט (דער אינעווייניגסטע זייט פונעם "דאך" הייסט אויף אידיש "סופיט", אויף ענגליש "סילינג", דער דרויסענדדיגע חלק, אויפן גאס, הייסט "דאך" אויף ענגליש "רוף"), מיט קאפ אראפ, אן דעם וואס זי זאל אראפפאלן?
דער ענטפער איז, אז דער באשעפער האט איר צוגעשטעלט די כלים וואס זי דארף האבן כדי צו קענען טון וואס זי דארף. אירע פיצעלע פיסלעך פארמאגן גאר קליינע העקעלעך און זענען אויך אביסל קלעבעדיג. זי שטעקט אריין די דאזיגע העקעלעך אין די קלענסטע שפאלטן, וואס קענען זיין אזוי קליין אז אונזערע אויגן באמערקן עס בכלל נישט. פאר אונז קען א שטח אויסזען אינגאנצן גלאט און פלאך, אבער פאר די מורישקע, וואס איז פיצל און וועגט כמעט גארנישט, זעט דער שטח אויס ממש פול מיט "הויכע בערג" און "טיפע טאלן", וואו זי קען דארט אריינשטעקן אירע קליינע קלעבעדיגע פיסלעך און זיך האלטן פעסט, אפילו אויפן סופיט.
דער באשעפער האט באשאפן דעם קליינעם מוראשקע מיט א געוואלדיגע חכמה. זיי ארבעטן אינאיינעם מיט א געוואלדיגע אחדות, יעדער איינער טוט זיך זיין פליכט, און אויף דעם וועג קלויבן זיי צונויף שפייז; זיי בויען אויף גאנצע שטעט פול מיט הייזער און צימערן, און מסודר'דיגע סטארעדזשעס אנגעפילט מיט עסן פארן גאנצן לאנגן ווינטער. דאס לערנט אונז א געוואלדיגע לימוד: אפילו ווען מיר פילן זיך אזוי קליין און גארנישט, דארפן מיר ווייטער אנגיין מיט אונזער עבודת השם. יעדער איד דארף טון וואס דער באשעפער וויל פון אים, און דורך דעם וועט ער זיך אויפבויען א הערליכן פאלאץ אויף יענער וועלט, ווי ער גרייט זיך אן אן אוצר אנגעפילט מיט אלעם גוטן. יעדע משנה וועט דעמאלטס זיין פאר אונז די לופט צום אטעמען, יעדער קאפיטל תהילים וועט זיין א געשמאקע טרונק, און יעדער פסוק חומש וועט זיין פרישע, געשמאקע שפייז.
לאמיר פאלגן דעם צדיק, וועלן מיר וויסן אז דער אייבערשטער וויל נישט מיר זאלן טון זאכן וואס זענען העכער אונזערע כוחות. אזוי ווי דער רבי טייטשט אויפ'ן פסוק "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה" – אז די אידן האבן ליידער נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו, וואס דאס איז געווען א חסרון אין זייער אמונה, און צוליב דעם האבן זיי געמוזט ארבעטן שווער.
יעצט מיר גרייטן זיך צום הייליגן זיסן יום טוב פסח, איז די פאסיגסטע צייט צו רעדן איבער חומרות. ווייל אפילו פסח דארף מען זיין פארזיכטיג, ווייל חומרות קען ברענגען מרה שחורה. דער רבי פארציילט, אז ווען ער איז געווען יונג האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך; ער פלעגט כסדר טראכטן פון נאך חומרות וואס ער קען צולייגן. דער רבי איז אפילו אוועקגעפארן פון זיין שטאט אויף יום טוב, ווייל ער האט געוואלט האבן א קוואל וואסער כדי צו זיין פארזיכערט אז ס'איז נישטא קיין שום חשש חמץ דערין. אבער למעשה האט דער רבי אויסגעפירט: "ברוך השם אז היינט דארף איך שוין נישט קיין חומרות. היינט ווייס איך שוין אז דער באשעפער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים. היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליין."
גרשון קרעמער