חסידי ברסלב תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע כאפן זיך ארויף אויף דער געלעגענהייט ווען דער באן פון ירושלמי איז אנגעקומען צו א פרישע סטאנציע, און כאפן זיך ארויף דערויף און הייבן אן יעדן טאג צו לערנען א בלאט גמרא ירושלמי.
 
מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט אז אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא, זאגענדיג אז בבלי ירושלמי און תוספתא זענען ראשי תיבות "בית" און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג די דריי לימודים איז מען זוכה צו קויפן א הויז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז כדאי מען זאל זיך קויפן אליינס א הויז צו וואוינען דא אויף דער וועלט און נישט דארפן צוקומען צו א צווייטן צו דינגען און זיין אנגעוויזן אויף יענעמ'ס חסדים אז ער לאזט דיר דארט וואוינען, און דיין גאנצע רענט קויפט דיר גארנישט איין, די זעלבע זאך אויף יענע וועלט פלעגט מוהרא"ש זאגן דארף זיך א מענטש באזארגן ביים לעבן ער זאל נישט זיין היימלאז, און לערנען די דריי לימודים יעדן טאג געבט פאר א מענטש וואו צו וואוינען אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז לערנען יעדן טאג די דריי לימודים איז אויך מסוגל צו קענען קויפן א הויז אויף דער וועלט. מען זעט טאקע אנשי שלומינו לערנען יעדן טאג די בית נצחי לימודים, און אפילו אינגעלייט קוים א יאר צוויי נאך די חתונה, קויפן זיך שוין א הויז.
 
ווען מען רעדט איבער לערנען יעדן טאג די דריי לימודים, קען מען נישט אויסלאזן צו רעדן איבערן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין. דער הייליגער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג זייער אסאך, אבער אויך אויב מען קען נישט לערנען יעדן טאג אסאך זאל מען כאטש לערנען אביסל יעדן טאג, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי אז ענדערש זאל מען לערנען מער אן פארשטיין, ווי איידער לערנען ווייניגער אבער טיף, דער רבי זאגט אז ווען א מענטש לערנט נאר אויב ער פארשטייט וועט ער צום סוף אלעס אפלאזן, און עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, ער וועט איבערלאזן די וועלט אן עם הארץ אן קיין תורה. דערפאר זאל מען זיך צוגעוואוינען צו "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה, און אויב מען פארשטייט איז גוט, און אויב נישט איז אויך גוט, ווייל אויב מען לערנט שנעל וועט מען זוכה זיין צו קענען לערנען די תורה נאכאמאל און נאכאמאל, און וואס מען האט נישט פארשטאנען ביים ערשטן מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב מען וועט עס דעמאלטס אויך נישט פארשטיין איז אויך גארנישט, ווייל וואס א מענטש האט זוכה געווען צו לערנען אויף דער וועלט, וועט מען אים שוין מסביר זיין אויף יענע וועלט, און דארט וועט ער שוין אלעס פארשטיין.
 
מוהרא"ש פלעגט חזרן די שיחה (שיחת הר"ן סימן ע"ו) כסדר, כמעט ביי יעדע שמועס (אדער גאר ממש ביי יעדע שמועס) פלעגט מוהרא"ש דערמאנען דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין וואס זאגט אז זאגן די ווערטער פון תורה הייסט געלערענט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע מתנה פון הייליגן רבין דער סדר דרך הלימוד, וואס אן דעם וואלטן מיר געלערענט אסאך ווייניגער תורה, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מענטש האט א ווייב און קינדער, א מענטש פילט זיך אמאל בעסער און אמאל נישט, ער דארף ברענגען פרנסה, גיין צום דאקטאר, באצאלן בילס, גיין צו שמחות און אזוי ווייטער, וויאזוי וואלטן מיר זיך געקענט צוקלעבן צו די תורה אויב מען לערנט נאר ווען מען האט א חברותא, א קאפ, און געדולד?
 
דערפאר וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט און נישט קיין חילוק וואס איז געווען נעכטן, וועט מען היינט אנהייבן תלמוד ירושלמי שבת דף א און בעטן דעם אויבערשטן מען זאל קענען לערנען יעדן טאג און מיט דעם ווערן צוגעקלעבט צו די הייליגע תורה.