מזל טוב צום שמחת ברית מילה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א
ז חשון תשפ"ו 📝
פארגאנגעם ערב שבת קודש פרשת נח איז פארגעקומען א גרויסע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א ווען ער האט זוכה געווען צו מאכן א ברית מילה פאר זיין ניי געבוירן אינגל. די גרויסע שמחה ברית איז פארגעקומען אין קארלסבורגע בית המדרש אין בארא פארק וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע רבנים, קרובים און תלמדים.
דער סנדק איז געווען דעם ראש ישיבה'ס טאטע הגה"צ אב"ד קארלסבורג רב שליט"א, דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א פון קרית יואל, און דער סנדק מעומד איז געווען דער שווער פונעם ראש ישיבה שליט"א הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען.
דער רך הנמול האט מען געגעבן א נאמען 'עמרם' נאך א זיידע א גרויסער צדיק רבי עמרם אויש זצ"ל, פון שטאט סאטמאר וואס איז איז געווען א גרויסער עובד השם, וואס זיין יארצייט איז געווען כ"ח תשרי.
א נאכט בעפאר ליל שישי איז פארגעקומען דער וואך נאכט און שטוב פון הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א אין וויליאמסבורג, וואו פילע תלמדים און משפחה האבן זיך באטייליגן אין געקומען וואונטשן.
עס איז מערקווירדיג צו באמערקן א סיפור וואס דער ראש ישיבה האט שוין אסאך מאל דערציילט. אסאך יארן האט דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אמאל מזכיר געווען ביי מוהרא"ש זי"ע איבער קינדער, און מוהרא"ש האט אים דאן מחזק געווען מיט די ווערטער "זארג דיך נישט, וועסט נאך האבן א מנין ארום דיר", און דער ראש ישיבה האט עס אנגענומען די ווערטער מיט פולקאמע אמונת חכמים אלץ א הבטחה אז ער וועט האבן צען אינגלעך. און יעצט ביי דעם קינד איז דער ברכה גענצליך פארפולקאמט געווארן, זייענדיג דער צענטער אינגל ביים ראש ישיבה, און אפילו מוהרא"ש זי"ע איז שוין נישט מיט אונז בגופו, אבער זיינע הייליגע ווערטער זענען נאך אלץ דא, און לעבט, און זיינע ווערטער זענען נאך משפיע פאר'ן דור, אמונה, שמחה, חיזוק און שמחת החיים.
די גאנצע קהלה פריידט זיך מיט מיט די גרויסע שמחה, אנשי שלומינו און אלע תלמידים וואונטשן אן פאר'ן ראש ישיבה, ער זאל זען נחת דקדושה פון דעם קינד ער זאל אים מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים, און אזוי אויך זאל ער זען נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך און פון אונז תלמידים הקרויים בנים, דער אויבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל אונז ווייטער קענען מחזק זיין און מיר זאלן ווייטער קענען שעפן פון דעם הייליגן קוואל, ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.