גרשון קרעמער
 
שאלה: פארוואס ווערן די טייערע ספרד'ישע אידן אנגערופן "עדות המזרח"? זיי קומען דאך פון תימן, וואס איז לכאורה "דרום", ווי דער טייטש פונעם ווארט "תימנה" אין חומש?
 
ענטפער: דיין שאלה איז זייער גוט, און איך האב הנאה אז דו האסט עס ארויפגעברענגט. אבער צום ערשט לאמיר אביסל מאכן סדר: ווען מען רעדט פון "עדות המזרח", מיינט מען בדרך כלל נישט די אידן פון תימן. ביי אשכנזים זענען דא וואס רופן יעדן וואס איז נישט אשכנזיש "ספרד'יש", וואס איז אויך נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל "ספרד" מיינט שפאניע, בשעת "עדות המזרח" באציט זיך צו עפעס אנדערש.
 
די צעטיילונג צווישן 'מזרח' און 'מערב' שטאמט נאך פון די צייטן פון די רוימישע אימפעריע. במשך די יארן איז די רוימישע אימפעריע צעטיילט געווארן אין צוויי חלקים: די "מערב רוימישע אימפעריע" מיט דער הויפטשטאט אין רוים, און די "מזרח רוימישע אימפעריע" (וואס מען האט שפעטער גערופן די "ביזאנטישע אימפעריע"). וואס זייער הויפטשטאט איז געווען קאנסטאנטינאפאל (היינט הייסט די שטאט "איסטאנבול", די הויפטשטאט פון טערקיי).
 
כאטש די אימפעריעס זענען שוין לאנג צעפאלן, זענען די באגריפן 'מזרח' און 'מערב' פארבליבן אין אונזער לעקסיקאן. 'מערב' (אדער "די וועסט" ווי מען רופט עס אין ענגליש) באציט זיך צו אייראפע – וואו די אשכנזישע אידן האבן געוואוינט אונטער דער מערב רוימישער אימפעריע, און 'מזרח' ("איסט") באציט זיך צו די לענדער וואס זענען געווען אונטער דער מזרח-אימפעריע, ווי איראק, איראן, סיריע און טערקיי.
 
יעצט בנוגע תימן: די אידן פון תימן האט מען קיינמאל נישט אריינגערעכנט אין די "עדות המזרח". עס איז שטארק מסתבר אז דער נאמען 'תימן' שטאמט דערפון וואס עס געפינט זיך אין דרום – סיי עס איז דרום פון ארץ ישראל, און סיי עס איז די מערסטע דרום פונעם אראבישן האלב-אינזל. אויסערדעם וואס תימן איז קיינמאל נישט געווען אונטערגעווארפן אונטער די רוימישע אימפעריע, צוליב דעם וואס עס איז געווען זייער שווער אנצוקומען אהין פון אנדערע לענדער, איז זייער קולטור, מנהגים און מסורה געבליבן אפגעהיטן און זייער אייגנארטיג. אויב אשכנזישע אידן און עדות המזרח אידן זענען אנדערש, זענען די תימנער נאך פיל מער אנדערש פון זיי ביידע.
 
דאס וואס מען רעכענט אסאך מאל אריין "ספרדישע אידן" אין די "עדות המזרח", איז בעיקר צוליב דעם וואס נאך גירוש שפאניע און פארטוגאל זענען פילע אידן, ובתוכם פילע גדולי ישראל פון "שפאניע-ספרד", אנטלאפן צו די "מזרח" לענדער, און אין פילע קהילות זענען די צוויי קרייזן געווארן שטארק אויסגעמישט.
 
למעשה קען מען עס יעצט צוטיילן צווישן "מזרח" – אייראפע/אשכנז, "מערב" – די אראבישע לענדער, און "דרום" – די אידן פון תימן. אבער כאטש יעדער האט זיין אייגנארטיגע מסורה מיט אנדערע מנהגים און קולטור, זענען מיר אלע קינדער פון איין טאטן, און מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן האבן די תמימות פון די מזרח און דרום אידן.
 
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז ער איז מקנא די תמימות פון די טייערע ספרדישע אידן. אבער כאטש מען האט ביי אונז אזויפיל גערעדט איבער די שיינקייט פון תמימות, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן נ"א) אז "גם בתמימות אסור להיות שוטה" (אפילו מען איז תמימות'דיג, טאר מען נישט זיין קיין נאר). דאס איז טאקע געווען דער חורבן פון די פילע ערליכע אידן פון עדות המזרח וועלכע די ציונים האבן ארויפגעברענגט קיין ארץ ישראל; זיי האבן אויסגענוצט זייער תמימות און געשטעלט "רבנים מטעם" וואס האבן זיי פארקויפט טריפות אלס כשר, און זיי איינגערעדט כאילו אין ארץ ישראל דארף מען שוין נישט היטן תורה ומצוות רח"ל, און די טייערע הייליגע ספרדישע אידן האבן עס אנגענומען צוליב "כבוד הרב".
 
פון די אנדערע זייט אבער, האבן די ציונים נישט באוויזן אויסצורייסן די אמונה פון די טייערע ספרדישע אידן. נישט קיין חילוק וויאזוי זיי זענען נעבעך געפאלן, לעבן זיי אבער נאך מיט אזא זיסע אמונה, און א דאנק די אמונה, קומען צוריק זייער שנעל. די מפיצים פארציילן ווי צענדליגער טויזנטער אידן מעדות המזרח קומען צוריק צום אויבערשטן דורך נאר אביסל הפצה.

 
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו שפירן דעם אויבערשטן מיט אן אמת, און האבן די ריכטיגע מאס תמימות, וועט אונז זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.