א מחי' א גרויסע משפחה - א זיסע געשמאקע נייע מוזיק ווידיא
יב אב תשפ"ה 📝
"א מחי' א גרויסע משפחה, נאך א בעיבי נאך א הצלחה" הערט מען פילע אידן זיך אונטערזינגען אין די לעצטע טעג, דאס קומט נאכדעם וואס עס איז נארוואס ארויסגעקומען א פרישע געלונגענע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א מחי' - א גרויסע משפחה", און די שפילער זענען נישט מער און נישט ווייניגער, זיסע קינדערלעך און בעיביס, זיי זינגען שפילן און טאנצן צום ניגון, וואס העלפט ארויסברענגען דעם שטארקן מעסעדזש פונעם ניגון.
אין די היינטיגע טעג, וואס מיר געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם שוין אזוי פיל יאר, פרובירט דער סמ"ך מ"ם מיט אלע מיטלען צו טוישן אונזער בליק און אונזער צוגאנג צום לעבן, און ליידער קען מען שוין הערן בקצה המחנה, דער גוי'ישער בליק אויף א משפחה לעבן, כאילו דאס איז "אלטמאדיש" און "יאנטשי", און אז עס שטערט פון "ענדשויען לעבן", און דאס קען מאכן שפירן אז א קינדער געבענטשטע משפחה איז לעול ולמשא.
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א קאמפאזירט דער הערליכער ניגון, באגלייט מיט גאר שיינע פראפעסיאנעלע מוזיק, און יעצט האט מען צוגעלייגט די גאר שיינע מוזיק ווידיא עקטס ווי אלעס ווערט לעבעדיג אראפ געשפילט.
עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות אינעם ניגון, און בסייעתא דשמיא ארויסגעגעבן דעם הערליכן מוזיק ווידיא. דער ראש ישיבה שליט"א האט קאמפאזירט די ווערטער, דער דירעקטאר איז ר' שרולי סאמעט, פילמירט געווארן דורך בייניש סטודיאס.
עס קומט זיך א הכרת הטוב פאר פילע וואס האבן צוגעהאלפן און אריינגלייגט אסאך כחות, צום ערשטן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשריבן די ווערטער, און דארנאך פאר נאך פילע וואס האבן געהלפן מיט זייערע טאלאנטן געדאנקען און געטריישאפט:
🎬 ווידיא דירעקטאר: שרולי סאמעט
🎥 דירעקטאר אסיסטענס: זאבי ראטה, אלי זעלקאוויטש און ש. פעלבערבוים
🎻 קינדער אינסטרומענט דירעקטאר: אשר ראנד
🎶 קינדער טענץ דירעקטאר: נחמן נתן קרויס
📸 פילמינג: בענעש סטודיאס
✂️ עדטיטנג: עולם מידיע
🧊 טרי־די: מאיר וויזעל און יעקב לאפעז
🤟 האנט שפראך לערער: יונה ראזעבלאט
🎼 מוזיק דירעקטאר: סענדי ראטה
🥁 דראמס: אבי אבדני
🎸 גיטאר: יונה קייזער
🎵 באס: אבי יפרח
🎚️ מוזיק מיקס: אלי מלמד
🎨 קאלירן און ארט: נ. געלבאך און ירון אלוש
🎭 פראפס: KB GENRAL
🈯 איבערטייטשער: נחמן פילמער, י. זילבער און ל. יאקאבאוויטש
💄 מעיקאפ: LMP WORKS
👋 האנט שפראך: י. פרידריך
אבער דער עיקר הכרת הטוב קומט פאר'ן אויבערשטן, וואס האט אונז איבערגעלאזט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים וואס לערנען אונז דעם זיסער תורה וועג, און דערמאנען אונז כסדר מיר זאלן נישט בלאנדזשען אין פרעמדע פעלדער - בשעת מיר פארמאגן אזא רייכטום.
דער ווידיא איז נישט אזוי "ארויסגעקומען" אין אין מינוט, דער פראדוצירער ר' ישראל סאמעט האט באקומען א טעלעפאן רוף מיט דריי יאר צוריק פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אים געזאגט אז עס קומט יעצט ארויס דער נייער ניגון, און אים געבעטן מ'זאלן מאכן א גאר שיינע מוזיק ווידיא דערויף, אבער אויף א פרישע שטאפל נאך שענער און בעסער ווי ביז יעצט.
ר' ישראל זאגט אז ער האט תיכף אנגעהויבן בעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס און וויאזוי עס צו מאכן, און דער עיקר איידיע איז אים איינגעפאלן אין אומאן שפאצירנדיג אויפן וועג פונעם בנין היכל הקודש צום ציון פון הייליגן רבין. און במשך די דריי יאר האט מען שווער געארבעט צו מאכן דעם מוזיק ווידיא גאר שיין, ציענד און אויג פארכאפענד, נוצנדיג די בעסטע טאלאטן און שפילער וואס מען האט געקענט.
צום ביישפיל בלויז אויסצולערנען די קינדער די אינסטרומענטן, די טענץ, אויסצושטעלן די סצענעס, אויסוועלן די קאלירן, איינקויפן און פעינטן די אלע זאכן עס זאל שטימען, יעדע פון די זאכן האבן פארנומען חדשים פון ארבעט.
עקסטער פון דעם האט מען דא אהערגעשעטלט א חידוש וואס איז נאך נישט געווען ביז היינט אין די אידישע וועלט, אז אויך ווער עס קען נישט הערן זאל קענען מיטהאלטן. די סטאטיסטיקס זאגן אז עס זענען דא אזויפיל ווי זיבן פראצענט פון די באפעלקערונג וואס קען נישט הערן, אדער קען נישט גוט הערן. זייער אסאך פון זיי נוצן די "הענט שפראך" (סיין לענגוויטש) צו קאמוניקירן, און זיי קוקן מער די סארט זאכן, ווייל זיי קענען נישט הערן.
ר' ישראל האט זיך אריינגעלייגט דערן, ער איז זיך געגאנגען לערנען די שפראך ביי א פראפעסיאנאלע טיטשער, און ער האט פרובירט עס אויסצולערנען פאר עטליכע קינדער, ביז ער האט אנגעטראפן דאס קינד י. פרידריך וואס האט עס ב"ה גוט אויפגעכאפט, און מיט דעם אלעם האט מען געדארפט אפכאפן דאס קינד עטליכע הונדערט מאל ביז עס איז ב"ה געלונגען.
מען האט טאקע ארייגעלייגט גאר אסאך כחות געלט און צייט, אבער ב"ה אז מען הערט צוריק אז עס צאלט זיך אויס אין גרויסן, מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די גאנצע וועלט, מענטשן זאגן אז מען קען עס קוקן איינמאל און נאכאמאל און מען ווערט נישט זאט.
🎦 א מחי' א גרויסע משפחה
איך גיי נאך די מסורה איך האב א תורה
איך גיי נאך די צדיקים די הייליגע חכמים
א מחי' א גרויסע משפחה
נאך א בעיבי נאך הצלחה
א מחי קליינע קינדער
א מחי אסאך אסאך קינדער
א מחי' קינדער טאנצן
קוק ווי זיי שיינען קוק ווי זיי גלאנצן
מיינען עס איז גרינגער
מיט ווייניג קינדער
מען קען נאר רילעקסן רואיג
ווען די שטוב איז ליידיג
א מחי' א גרויסע משפחה
נאך א בעיבי נאך הצלחה
נעבעך נעבעך מענטשן מיינען
אז עס מאכט נערוועז ווען קינדער וויינען
עס איז נישט אמת וואס מען טראכט
אז קינדער לאזן נישט שלאפן ביינאכט
איך גרייט אן א באטי און צאמי באט
וואט אבאוט מי
די בעבי וויינט אן א שיעור
ווען האב איך צייט פאר מיר
א מחי' א גרויסע משפחה
נאך א בעיבי נאך הצלחה
יעדע בעבי איז נאך א ברכה
באלד קומט די נחת באלד קומט הצלחה
שפעטער ווערט עס זיסער און גרינגער
מען זאגט הלואי וואלט איך געהאט מער
הער נישט וואס מענטשן רעדן קעגן די תורה וועג
אז די קינדערלעך שטערן פון האבן געשמאקע טעג
א מחי' א גרויסע משפחה
נאך א בעבי נאך הצלחה
נאר אויף תכלית דארף מען קוקן
אויף דער עלטער וועסטו זיך דערקוויקן
אויף יענע וועלט שעפט מען נחת
ווען מען לאזט איבער גרויסע משפחות
מ'גיימיר זיך טרעפן אין צען יאר
דעמאלט וועסטו זען קלאר
נאר דאס בלייבט פון א מענטש
אז ער איז מיט קינדער געבענטשט
א מחי' א גרויסע משפחה
נאך א בעבי נאך הצלחה
מזל טוב נאך א יונגעלע
מזל טוב נאך א מיידעלע
מזל טוב מען קויפט א קאפעלע
מזל טוב מען קויפט א קליידעלע