מחנה אילן החיים ווערט צוגעגרייט צום זומער הבעל"ט
כה סיון תשפ"ג 📝
דער ברסלב'ע מחנה "אילן החיים" באשטייט היינט צו טאגס פון א קאנטרי וואס נעמט אריין 20 משפחות פון שטאט, אזוי אויך אנטהאלט עס די קעמפ פאר די בערך 90 אינגלעך און בחורים פון בערך 9 יאר ביז 14 יאר. די קעמפ סערווירט סיי די קינדער פון שטעטל וואס קומען צו פארן יעדן טאג, און סיי די בערך 30 קינדער פון שטאט וואס שלאפן דארט איבער, אלעס אונטער די אויפזוכט פון די געטרייע מלמדים און קאונסלערס וואס געבן זיך אפ מיט די קינדער מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט.
וואס פארקויפט מען אין מחנה אילן החיים? וואס איז זייער ספעשעלטי? מחנה אילן החיים איז א קאנטרי און א קעמפ ווי מען קען אפן רעדן פון אייבערשטן, דארט איז מען דבוק אין אייבערשטן אפילו בשעת'ן שפילן, דא הערט מען כסדר ווי די קינדער בעטן דעם אייבערשטן בשעת'ן שפילן "באשעפער העלף אונזער טיעם זאל געווינען".
ווי באקאנט קען חובות חרוב לייגן א שטוב, א טאטע וואס איז שולדיג געלט פאר מענטשן האט נישט קיין קאפ, ער קען נישט לערנען, דאווענען, ער האט נישט קיין געדולד צו די ווייב און קינדער. דערפאר האט דער ראש ישיבה איינגעפירט היי יאר א פרישע תקנה אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ער איז מבטל די זאך פון צאלן די טייערער "קעמפ געלט" וואס קאסט היינט עטליכע טויזענט דאלער פער קינד, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די קינדער וואס לערענען א גאנץ יאר אין די מוסדות דארפן בלויז ווייטער באצאלן שכר לימוד, און דאס וועט זיין גענוג.
אזוי ווי דער בית המדרש ווי די קינדער האבן געלערענט פאריאר איז שוין געווארן צו קליין, עס איז נישט מעגליך דארט אריינצושטופן ניינציג קינדער בלעה"ר האט מען היי יאר צוגעטרעטן צו בויען נייע גרויסע בית המדרש פון כמעט צוויי טויזענט סקווער פוס וואס די קינדער וועלן נוצן בעז"ה טאג טעגליך צו דאווענען און עסן, און צום לערנען אין א רעגנדיגע טאג, ווען מען קען נישט לערנען אין וואלד.
אזוי אויך בויעט מען דארט א נייע מקוה, וואס מען וועט קענען נוצן טאג טעגליך זיך צו מטהר זיין צום דאווענען.
אנשי שלומינו וועלכע וועלן וויילן זומער אין קעמפ וועלן אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו מאכן א פערזענליכע קשר מיטן אויבערשטן, דורך טאג טעגליך ארויסגיין צווישן די גראז און ביימער און שמועסן און זיך דורכרעדן מיט אים אלעס וואס ליגט אויפן הארץ.