דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת פנחס הבעל"ט, וועט זיך בעז"ה אנהייבן דער נייער זומער-סעזאן אין מחנה אילן החיים ברסלב. די קינדער קוקן שוין ארויס דערויף מיט גרויס שפאנונג, נאך דעם געוואלדיגן סוקסעס פונעם פאריארדיגן זומער, ווען די קינדער זענען מורא'דיג געשטיגן אין תורה, יראת שמים און מידות טובות.
 
דער נאמען פונעם היי-יעריגן קעמפ איז "להודות", און ארום דעם וועלן זיך אלע אקטיוויטעטן דרייען. דער ראש המדריכים, המחנך הנפלא הר"ר יודל איינהארן שליט"א, וועלכער וועט ווייטער בעז"ה אנפירן מיט די אקטיוויטעטן, איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק נאך א פערזענליכע איבערלעבעניש.
 
פאריאר נאך ראש השנה אין אומאן, איז הר"ר יודל געשטאנען ביים גרעניץ צווישן אוקראינע און פוילן פאר גאנצע צען שעה. עס איז געווען א שרעקליכע שטיפעניש פונעם ריזיגן עולם וואס איז אנגעקומען צום גרעניץ, פיל מער וויפיל די גרעניץ-וואך האט געקענט באהאנדלען, און דער מצב איז געווען גאר שווער און אנגעצויגן. האבנדיג צייט צו טראכטן, האט ער זיך דערמאנט די תורה פונעם הייליגן רבי'ן, אז דורך דאנקען דעם אויבערשטן קען מען שפירן א טעם פון עולם הבא. ער האט באשלאסן דארט אויפן ארט אנצוהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, און דער אויבערשטער האט טאקע געהאלפן און תיכף דעמאלטס האט זיך די ליין אנגעהויבן רוקן, ביז ער איז אריבער דעם גרעניץ בשלום. אזוי איז אים בייגעפאלן אז "להודות" איז א פאסיגע לימוד אריינצולייגן אין די קינדער דעם קומענדיגן זומער.
 
עס איז באקאנט אז קינדער קענען צומאל פיל מער קונה זיין בשעת'ן שפילן ווי ביי א שיעור אין חדר. דערפאר מאכט מען אין קעמפ אילן החיים זיכער בעז"ה אז די קעמפ פראגראמען און אקטיוויטעטן זאלן נישט זיין סתם "רויט קעגן גרין" און דורכשטיפן די צייט מיט נארישקייטן. מען לייגט אריין דעם רבי'נס עצות אינאיינעם מיט'ן פארברענגען, און אפילו אינמיטן שפילן הערט מען ווי קינדער בעטן: "באשעפער, העלף אונזער טיעם זאל געווינען!"
 
דער קעמפ וועט זיין אויסגעשטעלט ווי א דעי קעמפ פאר קינדער פון כתה ד' און ארויף, סיי פאר די קינדער פונעם שטעטל און סיי פאר די קינדער פון שטאט. דער סדר היום וועט זיין אז אינדערפרי וועט פארקומען א המשך צום גאנץ-יעריגן חדר אונטערן איבערגעגעבענעם אויפזיכט פון די געטרייע מלמדים. נאכמיטאג, נאכ'ן לערנען גמרא, חומש און משניות מיט די מלמדים, וועלן די שטאב מדריכים איבערנעמען מיט אקטיוויטעטן, שווימען און געשמאקע פארברענגענס, אלעס אנגעפילט מיט אמונה און יראת שמים. נאך נאכטמאל, ארום 7:30, פארן די קינדער אהיים מיט די באסעס צו זייערע עלטערן אין די הייזער אדער באנגאלאוס.
 
געלויבט דעם אויבערשטן אז מען האט א געלונגענע שטאב פאר'ן קעמפ בראש פונעם ראש המדריכים: הר"ר יודל איינהארן שליט"א, און דער סגן ראש המדריכים: ר' יוסף אפעלבוים. דער לייף-גארד וועט זיין ר' שמשון כהנא. די מדריכים וועלן בעז"ה זיין: כתה ח' - ר' הערשי ברייער; כתה ז' - ר' שמעון ווידער; כתה ה'-ו' - ר' נחמן ברוך יאקאבאוויטש; און כתה ד' - ר' אלימלך עג'מי.
 
פאר די קלענערע קינדער פון כתה ג' און אראפ איז אהערגעשטעלט געווארן א באזונדערע און רייכע פראגראם, וואס וועט פארקומען אינעם גאנץ-יעריגן חדר בנין אויף טשעסטנאט סטריט.
 
די פראגראם וועט ווערן אנגעפירט דורך די איבערגעגעבענע מדריכים ר' מאטי ראזענבערגער און דער סגן מנהל ר' אלי' זעלקאוויטש. צוויי מאל א וואך וועלן די קינדער האבן די געלעגנהייט צו גיין שווימען, און די איבעריגע טעג וועלן זיי האבן שיינע און אינהאלטסרייכע אקטיוויטעטן ארום די ימים טובים.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אויסנוצן די זומער טעג צו שטייגן בתורה ויראת שמים.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.
 
 
קעמפ ניגון, געשריבן דורך הר"ר אליעזר זוסיא ווערטהיימער שליט"א, גבאי היכל הקודש לינדען
 
א גאנצע יאר מיר בענקען שוין דא צו זיין
יעדער מיט א שמייכל, דאס פנים שיינט
כל הטוב אלעס גוטס, מיר האלטן זיך געשפאנט
 
מיר דאנקען דעם באשעפער גאר אסאך
מיר רעדן צום באשעפער אויף אונזער שפראך
אוי ווי שיין, אוי ווי גוט, דאס איז די רבינ'ס זאך
אה הא הא…
 
ווי מ'גייט ווי מ'שטייט א פרייליכקייט מ'שפירט
אין גן עדן מ'שפאצירט
איך דאנק, דאנק דיר השי"ת
 
חידושים נייע, ס'איז א מחיה
קיין איין מינוט פארפאסן טאר איך נישט
אלע קינדער פון להודות באחדות שיין מ'שפילט
צום אייבערשטן מ'צילט
איך דאנק, דאנק דיר השי"ת
 
איך דאנק ווען ס'איז גוט, איך דאנק ווען ס'איז שווער
באקום איך גוטע זאכן מער און מער