מחנה להודות - וואו די קינדער שטייגן און לעבן מיט אמונה
כט תמוז תשפ"ו 📝
עס טוט זיך לעבעדיג אין "מחנה להודות", וואו די פראגראמען גייען אן מיט'ן פולן שוואונג אונטער די פירערשאפט פון הר"ר יודל איינהארן שליט"א, דער ראש המדריכים, אינאיינעם מיט די געטרייע מדריכים כל אחד בשמו הטוב יבורך. מיט אזא סטעף זענען די אקטיוויטעטן נישט סתם ליידיג פון אינהאלט, נאר עס איז א לעבעדיגער שיעור וואס פלאנצט אריין אמונה און מידות טובות אויף א געשמאקן און זיסן אופן.
ווי שוין דערמאנט אינעם פריערדיגן ארטיקל, איז דער נאמען "להודות" געבוירן געווארן אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן, ווען הונדערטער אידן זענען געבליבן שטעקן ביים גרעניץ צווישן אוקראינע און פוילן. אונטער די שרעקליכע געשטופעניש, אן קיין מינימאלע באדערפענישן פאר כמעט צען שעה, אין יענע שווערע שעה'ן ווען מען האט נישט געקענט עפענען א ספר וכדומה, האט הר"ר יודל באשלאסן אויסצופרובירן די פשוט'ע עצה פון דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלעס. דאס האט געעפנט אלע טויערן; עס האט אנגעהויבן קומען וואסער צו טרונקען, די וועג האט זיך געעפנט, און מען איז ארויס בשלום ב"ה.
דאס איז דער לימוד וואס דער נאמען "להודות" ברענגט מיט זיך: אריינצובאקן אין די קינדער אז מען קען אלעמאל רעדן צום אויבערשטן און אים בעטן וואס מען דארף, אבער אויב מען נוצט די עצה פון דאנקען דעם אויבערשטן, עפענען זיך די טויערן פון הימל ברייט און די ישועה קומט גאר שנעל.
כדי אריינצוברענגען די עצה ביי די קינדער אויף א געשמאקן אופן, האט מען אויסגענוצט א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט אין קעמפ און מען האט דערפון געמאכט א שפאנענדע "קאלארוואר ברעיקאוט".
דעם פארגאנגענעם שבעה עשר בתמוז האט זיך די עלעקטריק אפגעהאקט אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג אינמיטן דאווענען מנחה אין "קעמפ אילן החיים / מחנה להודות". אנשטאט צו ווערן פארלוירן, האט מען אויסגענוצט די צרה און עס פארוואנדלט אין א געשמאקע איבערלעבעניש פאר די קינדער.
מען האט אויסגערופן פאר די קינדער אז אן אינספעקטאר פון די עלעקטריק פירמע איז אויפ'ן וועג אפצושפארן די עלעקטריציטעט פונעם גרויסן לאנטש-רום (בנין אברהם הערש). הר"ר ישעי' איידילס, דער געטרייער מענעדזשער, האט שטארק צוגעהאלפן און מיטגעשפילט; די קינדער האבן געהאלפן באדעקן די פענסטער מיט שווארצע גארבעדזש בעגס, דער מענעדזשער האט ארויפגעלייגט שלעסער אויף די טירן, און מיט די הילף פון די קינדער האט מען ארויסגעטראגן אלע טישן און עסצייג צום קליינעם שול. א גוי'אישער ארבעטער, אנגעטון מיט א קאנסטראקשן היטל און א קליפ-בארד אין די האנט, איז אנגעקומען זאגנדיג אז ער קומט מטעם די עלעקטריק פירמע זוכן דעם לאנטש-רום. די קינדער זענען געשטאנען און זיך געמאכט כאילו זיי פארשטייען נישט קיין ענגליש, פרובירנדיג צו באהאלטן דעם "סוד". פלוצלינג האט דער "אינספעקטאר" ארויסגענומען א גרויסן צעטל, א "בלו-פרינט" פונעם קעמפ, זוכנדיג דערויף דעם לאנטש-רום; ער דרייט איבער דעם צעטל און עס אנטפלעקט זיך א ריזיגע סיין וואס האט געמאלדן די גרויסע ברעיקאוט פאר די קינדער: צוויי טימס, "להודות" און "להלל", ארום וועלכע דער קעמפ וועט לויפן במשך די זומער וואכן.
פארגאנגענע וואך האט מען אויפגעשפילט א סקיט פאר די קינדער פון כיתה ח', וואו מען האט אראפגעלייגט די מסירות נפש פון הייליגן רבי נתן ביים דרוקן דעם רבינ'ס ספרים; ווי ער האט אויפגעשטעלט א בית הדפוס אין זיין דירה און ווי די מתנגדים האבן אים גע'מסר'ט, אבער ער האט זיך נישט דערשראקן. דאס האט געדינט אלס אן אריינפיר צו א געלט-קאמפיין, וואו די קינדער וועלן שאפן געלט צו קויפן א נייע לעמינעיטינג מאשין פארן הייליגן בית הדפוס. די קינדער האבן טאקע צוזאמגעקליבן גאר שיינע סכומים מיט אן אומגלויבליכן ברען, כדי צו קענען האבן א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים.
די קינדער האבן אויך קלאר געזען דעם גרויסן כח פון תפילה. נאכדעם וואס מען האט פאראויסגעזאגט שטארקע רעגנס פאר עטליכע טעג, וואס וואלט געדארפט שטערן די פראגראמען אינדרויסן אויפן גאס, האבן די תפילות פון די קינדער עושה רושם געווען, און פונקט אין די שעה'ן פון שווימען זענען די הימלען געווען טרוקן.
אזוי לעבן די קינדער גליקליך און צופרידן, וואקסן און שטייגן, און לערנען זיך אויס די זיסע עצות פון רבי'ן, א זאך וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן בעזהי"ת.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.