מיטוואך נאכט ב' דחוה"מ סוכות סעודת הילולא פון הייליגן רבין אין וויליאמסבורג
יא תשרי תשפ"ג 📝
מיט גרויס געהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו חסדי ברסלב צום יומא דהילולא קדישא פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס ח"י תשרי דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות, אין טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא. איבעראל ווי ברסלבע חסידים געפונען זיך אין אלע לענדער אין שטעט קומט מען זיך צוזאם אין אלע שטיבלעך און שולן, ווי מען רעכט אפ דעם יארצייט מיט גרויס געהויבנקייט, מען שמועסט און חזרט איבער דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און מען איז זיך מחזק אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און מען טיילט זיך מיט די גרויסע ירושה וואס דער הייליגער רבי האט איבערגעלאזט.
אזוי ווי מען האט דאס יאר אויך ברוך השם באקומען רשות צו בויען דעם סוכה אינעם גרויסן הויף קעגן איבער דעם בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן, וועט דער ראש ישיבה מיטן אייבערשטנ'ס הילף פראווען דעם יארצייט אין וויליאמסבורג.
דער סעודת הילולא וועט בעז"ה פארקומען מיטוואך נאכט, דער צווייטער נאכט חול המועד, ווי מען וועט פראווען דעם יארצייט. מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה אינעם גרויסן סוכה לכבוד די הילולא פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס פול מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע.
נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין היכל הבית המדרש לכבוד שמחת בית השואבה.
תאו והתכנשו להילולא דרבינו