מיין חלק הפצה - קרן הדפסה קאמפיין תשפ"ה
ו אלול תשפ"ד 📝
דער שפיגעלע פון היכל הקודש איז בלי ספק דער קרן הדפסה. נאך אנגעהויבן פון די צייטן פון הייליגן רבין און רבי נתן איז הדפסה געווען א גאר שטארקע יסוד אין ברסלב, ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע זאכן, אבער דער עיקר עסק דארף זיין צו אנטרונקען ביימער", דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז נאך אסאך התבודדות איז ער געקומען צום מסקנה אז דער עיקר הפצה דארף זיין דורך דרוקן און מפיץ זיין. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון הפצה, מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ חזר'ן זיין אייגענע סיפור התקרבות, וויאזוי ער איז געטוישט געווארן פון א ווילדע בחור וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, איז ער נאכן זיך אנטרעפן מיט א קליין ספר משיבת נפש, געווארן א גרויסער מתמיד, און עובד השם, ביז ער איז אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק וואס האט געשריבן די אלע הייליגע ספרים און קונרטסים געבויעט אויף די ווערטער פון אונזערע הייליגע רבי'ס.
ווען מוהרא"ש איז אריינגעקומען דער ערשטער מאל אינעם ערשטן קליינעם בית הדפוס וואס האט זיך דאן געפונען אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. איז מוהרא"ש געווען אזוי פרייליך, ווען איינער האט זיך אנגערופן אז דער הייליגער רבי נתן וואלט זיכער געווען זייער פרייליך צו האבן אזא בית הדפוס, האט מוהרא"ש געזאגט נישט ער וואלט געווען, נאר דער הייליגער רבי נתן פריידט זיך זיכער מיט דעם וואס זיינע הייליגע פעולות פון פארשפרייטן די זיסע און לעכטיגע עצות זעצן פאר.
המפורסמות אינם צריכות ראיה, יעדער זעט דעם ריזן בנין אין וואס דער בית הדפוס געפונט זיך, דאס איז נישט קיין טרוקענע קאלטער בנין, דארט קאכט זיך אויף קעסל און כלים, עס טוט זיך און עס לעבט זיך מען טייפט, מען שרייבט, מען שטעלט אויס, מען איז מגיה, מען דיזיינט, מען רעקארדירט, מען באשטלעט, און מען שיקט. פילע היימישע אינגעלייט געבן זיך אוועק יומם ולילה צו באגלייטן און העלפן מיט די הייליגע ארבעט, און פון דארט גייט ארויס הפצה אויף יעדן מעגליכן וועג וואס מען קען נאר טראכטן.
זאל עס זיין קונטרסים, ספרים, אויסגאבעס, אדער גליונות, צי זאל מען רעדן פון די כתבים פון הייליגן רבין, רבי נתן, מוהרא"ש אדער יבדלחט"א דער ראש ישיבה שליט"א, מען קען רעדן פון סידיס פון דרשות, הערליכע פראפעסיאנאלע מוזיק סידיס, אדער מוזיק ווידיאס, אפשר קען מען אריינקוקן צו די אפיסעס פונעם וועבסייט, קול ברסלב, אדער שאפ ברסלב. כאפט א שפאציר אין די אפיסעס פונעם קרית ברסלב בלעטל אדער די גליונות, אלע ארבעטן פלייסיג יעדער מיט זיין אויפגאבע, שרייבער, טייפער, מגיהים, דיזיינערס, רעדאקטארן. און מען קען נאך ווייטער זען פיל מער, אלע מיט איין ציל: צו טרעפן א שליסל צו עפענען נאך א אידיש הארץ אז דער אויבערשטער זאל דארט טרעפן א פלאץ צו וואוינען. מיט אונזער גלות אמעריקע, מיט די נסיונות פון נערוון, און טעראפי. מיט די שווערע טשעלענדזעס פונעם הייטיגן אינסטענט דור, זוכט דער אויבערשטער א וואוינונג.
דאס אלעס קאסט אסאך געלט צו קענען אויפהאלטן, נאך אלע הכנסות וואס עס קומט אריין אינעם בית הדפוס בלייבט נאך איבער א חודש'ליכע דעפעציט פון כמעט פערציג טויזענט דאלאר. אבער דאס האלט נישט אפ די געטרייע אינגעלייט פון ווייטער אנגיין. אבער דערפאר קומט דער בית הדפוס ארויס מיט א רוף צו אנשי שלומינו מען זאל זיך אנשליסן אינעם קאמפיין וואס ווערט יעצט אייגעפעדימט צו שטיצן און אויפהאלטן די אלע הייליגע פעולות וואס טראגט דער נאמען "מיין חלק הפצה", ווייל נישט יעדער קען פיזיש טון אין הפצה אויף די זעלבע וועג, אבער יעדער תלמיד היכל הקודש קען נעמען זיין חלק אין הפצה דורך קויפן איינע פון די זכותים.
אין די קומענדיגע טעג וועט דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אנפאנגען צו פארקויפן די גרויסע זכותים, מען וועט קענען קויפן דער זכות פרנס השנה פאר בלויז $200 דאלאר א וואך, און פרנס החודש פאר בלויז $100 א וואך, פרנס השבוע פאר בלויז $50 א וואך, און פרנס היום פאר א נישטיגע $20 א וואך, ווייניגער וויפיל עס קאסט א טעגליכע קאווע.
און בעזרת השם יתברך וועט פארקומען א הערליכע מעמד הכרת הטוב קומענדיגעס יאר ראש חודש אלול תשפ"ה פאר אלע וואס נעמען א חלק אין שטיצן דעם הייליגן מוסד, וואס וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן בנין פונעם קרן הדפסה. עס וועלט פארטיילט ווערן שיינע פרסים פאר אלעמען און מען וועט האבן די זכי' בעז"ה צו הערן דברי התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א.