די געוואלדיגע ווייטגרייכנדע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין היינט ברייט באקאנט. זיינע געוואלדיגע דרשות און שיעורים, חיזוק און עצות, בריוון און ענטפערס, האבן שוין געהאלפן טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט מיט שלום בית, חינוך, פרנסה, בין אדם לחברו, בין אדם למקום, און פיל מער, און טייל האט ער ממש געראטעוועט דאס לעבן, מיט'ן פשוט'ן אפטייטש פון ווארט.
פילע אידן קענען עדות זאגן איבער די פילע שוועריקייטן און צרות וואס זיי דורכגעגאנגען אין לעבן, פיזיש און גייסטיש, רוחניות און גשמיות, ביז זיי האבן זיך איין טאג אנגעשטויסן אין די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס האט זיי ממש געראטעוועט דאס לעבן. אסאך ווייסן פון קרובים און באקאנטע וועלכע האבן געטוישט זייער לעבנס שטייגער צום גוטן א דאנק די שיעורים, כאטש וואס טייל שעמען זיך צו זאגן אז דאס איז געווען וואס האט זיי געברענגט זייער ישועה אין לעבן.
דער ראש ישיבה אליין ברויך נישט קיין געלט פאר זיך, ער בעט נישט קיין געלט פאר זיך, ווען עס קומט אבער צו זיינע מוסדות התורה, קען ער נישט זיך אליין אן עצה געבן. אויף א טעגליכן און חודש'ליכן פארנעם פרובירט מען דאס בעסטע, יעצט אבער ווען מ'דארף קויפן א נייעם בנין פאר די מוסדות צו קענען פלאצירן די הונדערטער קינדער קע"ה אויף א נארמאלן ארט, ברויך מען דרינגנד שאפן גרויסע סכומים דערפאר, און דערפאר שטרעקט ער אויס די האנט צו אידישע קינדער וואס האבן א געפיל פאר דעם פלאץ.
פילע ידידים און תלמידים האבן זיך אונטערגענומען א ציל צו שאפן שיינע סכומים פון קרובים און באקאנטע, צו קענען ארויסהעלפן דעם "מיין לעבן" קאמפיין, דעם דינסטאג, מיטוואך און דאנערשטאג בהעלותך, אנצוקומען צו די סומע פון איין מיליאן דאלער.
ביטע זיי אנטקעגן קומען און זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים לכבודם, און זיי העלפן אנקומען צו מיין ציל.
דער גרויסער זכות וועט אוודאי ביישטיין פאר אלע משתתפים, געהאלפן צו ווערן בכל משאלות לבך לטובה, מיט געזונט און פרנסה בריווח, צו זען נחת ביי די קינדער, און אלע גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות.
איר קענט מנדב זיין אויפ'ן לינק: https://www.charidy.com/breslev
אדער קענט איר מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן דורכ'ן רופן 929-624-6677
תזכה למצות