"מיין שול קאמפיין" לטובת בית המדרש "עצתו אמונה", ומקוה טהרה "מקוה מלכה"
טז שבט תשפ"ב 📝
אין קרית ברסלב ליבערטי איז דעם פארלאפענעם מוצאי שבת בשלח-שירה פארגעקומען א העכסט עלעגאנטע און רייכע מלוה מלכה לטובת דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה ומקוה טהרה-מקוה מלכה, די דריטע רינגעלע אין קייט פון בתי מדרשים אינעם שטעטל קרית ברסלב.
גאר אסאך האט צוגעגעבן די ווארימע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אינמיטן די וואך לטובת די קאמפיין.
מוצאי שבת קודש ארייינקומענדיג אין בית המדרש אויף האשקי האט אפגעווארט גאר א רייכע סעודת מלוה מלכה, מכל טוב וטוב, צוגעשטעלט דורכ'ן חשוב'ער גבאי און מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, אלע משתתפים זענען ווארעם אויפגענומען און באגריסט געווארן דורך די חשוב'ע עסקנים.
העסקן מו"ה ארי פיש הי"ו האט געעפנט דעם מעמד מיט טרעפליכע ווערטער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכות און זכי' צו שטיצן אזא מקום קדוש, וואס האט אנגעווארימט דעם ציבור זיך צו עפענען די טאשן זיך צו משתתף זיין מיט סכומים הגונים לטובת דעם בית המדרש און מקוה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער גבאי פונעם בית המדרש עצתו אמונה הר"ר יואל שניצלער שליט"א, וועלכער האט זייער שיין ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו שטיצן א מקום תורה ותפלה זענען די חשבונות נישט פראפארציאנאל, נאר די זכותים מערן זיך אומצאליג, און דאס טוט באשטיין פאר'ן מענטש צו מצליח זיין בבני, חיי ומזוני רוויחי און סייעתא דשמיא.
דער חשוב'ער דיין פון קרית ברסלב ליבערטי שליט"א האט זיך מטריח געווען און באשיינט דעם מעמד, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיך צוזאמקומען בשבת אחים צו א סעודת מלוה דמלכה, דערנאך האט דער דיין שליט"א ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן צדקה פאר צוועקן וואס זענען נישט אזוי דראמאטיש, נאר פשוט מ'וויל געבן צדקה צו שטיצן א מקום תורה וכדומה. דער דיין האט צוגעענדיגט מיט'ן פסוק וואס מ'האט געליינט דעם שב"ק "ויהי ידיו אמונה", די הענט זאלן שטיצן דעם בית המדרש "עצתו אמונה".
דערנאך האט מען געזונגען זמירות לכבוד סעודת מלוה דמלכה באגלייט בשירה וזמרה דורכ'ן בעל מנגן ר' שמעון לאקס הי"ו.
אן איבערראשנדיגע מאמענט פאר אלע משתתפים איז געווען ווען מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, פון די חשוב'ע עסקנים פאר די מוסדות הקדושים און אן עסקן לכל דבר שבקדושה אין קהילת היכל הקודש, האט אריינשפאצירט אין זאל, און איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין קרית ברסלב צו באשיינען דעם מעמד; ר' אהרן האט ווי שטענדיג מיט זיינע הארציגע דברים היוצאים מן הלב אנגעווארעמט די הערצער אנטייל צו נעמען אינעם "מיין שול" קאמפיין, ר' אהרן האט אין געציילטע ווערטער ארויסגעברענגט ווי ווייט דער ראש ישיבה געבט זיך אוועק פאר אונז, און ווי מיר דארפן אנטקעגן קומען צו העלפן דעם ראש ישיבה למעלה מיכולתינו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ווערטער מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו חבר הנהלת הקרי', וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע סייעתא דשמיא וואס באגלייט די שטעטל מיום הווסדה ביז יעצט, און אז דורך העלפן בויען דעם בית המדרש און נאך קען מען זיך רוקן צו די ווייטערדיגע פראיעקטן וואס זענען דא אויפ'ן טיש.
צום שלוס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש פונעם קאמפיין מו"ה דוד לאקס ה"ו ארויסברענגענדיג די תועלת פון האבן א בית המדרש אין מקוה יעדער אין יעדע געגנט, און אז דורכ'ן געבן דא וויפיל מ'קען העלפט מען זיך אליינס גאר אסאך.
נאכן בענטשן איז זיך די ציבור צוגאנגען, שפירנדיג פרייליך מיט'ן נעמען א חלק אינעם קאמפיין אין דאס אויפבוי פונעם הערליכן בית המדרש עצתו אמונה.
נעמט אייך חלק אין דאס אויפבויען דעם בית המדרש-מקוה טהרה, ווענדט אייך צו מו"ה דוד לאקס הי"ו 347-799-3361, אדער צו הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א 845-662-3207.
ויהי ידיו אמונה!
💳 זיך צו משתתף זיין פאר ביהמ"ד/מקוה דורך "טשערידי"
📰 היינט דינסטאג נאכט, יארצייט פון מוהרא"ש
🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש
📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים
🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים
▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן
🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש
🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים