מיליאנען ניו יארקער וועלן באקומען איינמאליגע "אינפלאציע הילף טשעקלעך"
ט כסלו תשפ"ה 📝
נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען אסאך מער געלט אין די קאסע פון ניו יארק סטעיט רעגירונג צוליב וואס מער מענטשן האבן איינגעקויפט און געצאלט שטייערן, האט גאווערנאר האוקאול געמאלדן אז מען גייט צוריק געבן געלט פאר די בירגער פון די סטעיט.
פון די פילע שאפינגס וואס מענטשן האבן איינגעקויפט פאר צענדליגע טויזנטער דאלארן וועלן זיי יעצט צוריק באקומען אפאר הונדערט דאלער, אבער פון דעם וואס א מענטש כאפט אריין די גמרא'לעך, משניות'לעך, רעדן צוים אויבערשטן, א גוט ווארט פאר א צווייטן, זיין פרייליך א מינוטקעלע, פאר דעם ווארט אפ פאר'ן מענטש אזעלכע ריבעיט טשעקלעך וואס עין לא ראתה, פאר דעם וועט דער מענטש זוכה זיין צו א נחלה בלי מצרים, פון וואס מען וועט שעפן תענוג לנצח נצחים.
די גאָווערנאָר האט ביים מעלדן דעם נייעס געזאָגט אז "ניו יאָרקער איינוואוינער זענען שווער באַטראָפן געוואָרן פון די אינפלאציע קריזיס אין די לעצטע פּאָר יאָר, דעריבער וויל איך פאַרטיילן די טשעקס פון בסך הכל 3 ביליאָן דאָלער פאַר ניו יאָרקער שטייערצאָלער."
עס איז באמת מער פון דעם ווי דער שכר וואס א מענטש קען באקומען, ווען א מענטש איז פרייליך מיט די מצוות, ער פריידט זיך מיט'ן שבת, ער האט ליב תורה ומצוות, דארף ער נישט קיין ריבעיט, ער ברויך נישט קיין שכר, ער דארף שוין גארנישט, בשעת געלט קען נישט געבן פאר א מענטש צופרידנהייט, ווען די רעגירונג וואלט געמאלדן פאר א מענטש אז ער וועט באקומען א מיליאן דאלער ריבעיט, וואלט ער געווארן זייער פרייליך, ווייל ער טראכט ווען איך וועל האבן די מיליאן דאלער וועלן זיך אלע מיינע פראבלעמען ענדיגן. אבער דאס איז לגמרי נישט אמת. מען קען נישט איינקויפן שלום בית מיט געלט, מען קען נישט קויפן געזונט מיט געלט, און מען קען נישט קויפן צופרידנקייט מיט געלט. עס איז פונקט פארקערט, יעדע דאלער וואס א מענשט האט איז עס נאך א קאפ וויי און נאך א צרה. דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געזאגט, "ווען דיין בוילער צוברעכט זיך, דארפסטו יעצט האבן די קאפ וויי פון זיך זארגן אז דער בלויער זאל זיין צוריק געשטעלט, פארוואס דארפסטו נעמען דריי בוילערס?".
לויטן פּלאַן וועלן מער פון אכט און א האלב מיליאן מענטשן אין ניו יארק וועלן באקומען די טשעקס. די וואָס האבן פארדינט אונטער 150 טויזנט דאָלער לעצטע יאָר וועלן באַקומען א טשעק פון 300 דאָלער, און משפחות וועלן באקומען א טשעק פון 500 דאלער, אויב זיי האבן פארדינט ביז 300,000 דאָלער א יאָר. וואס וועט זיכער צוניץ קומען פאר ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען צופרידן מיט וואס עס פאסירט מיט זיי אז זיי זאלן האבן נאך עפעס אויף וואס צו דאנקען דעם אויבערשטן.