שאלה: עס איז מיר זייער אינטרעסאנט פארוואס שרייבט מען "מילך", און נישט "מילעך" אדער "מילאך"? עס איז דאך א אידישע ווארט, און אויף אידיש ניצט מען דאך וואקאלן?

 
 
בית פיגא ירושלים
 
ענטפער: פון אייער שאלה פארשטיי איך אז עס זעט אויס ווי מען שרייבט עס ווי א לשון הקודש ווארט, און נישט ווי אידיש, וויבאלד מען זאגט עס ארויס "מילעך" (אין אמעריקע) אדער "מילאך" (אין ארץ ישראל), אבער מען שרייבט עס "מילך".
 
פון וואו שטאמט אידיש? דער שפראך האט זיך שוין אנטוויקלט מיט איבער טויזענט יאר צוריק אין די אידישע קהילות פון אשכנז (דייטשלאנד, און צפון פראנקרייך) אלץ א מיטל צו זיין אפגעטיילט פון די גוים. די שפראך איז געבויט אויף די דעמאלטסדיגע דייטשע שפראך (וואס מען רופט היינט "מיטל הויך דייטש") און עס האט אריינגעמישט פילע לשון הקודש ווערטער, און געשריבן מיט די הייליגע אל"ף בי"ת.
 
נאך די שוידערליכע קרייצצוג תקופה, זענען זייער אסאך אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד, און מען האט זיך פארשפרייט אין פילע סלאווישע לענדער פון אייראפע ווי פוילן, ליטע, אוקריינע און רוסלאנד, דארט האבן זיך אריינגעכאפט זייער אסאך סלאווישע ווערטער אין אידיש, וואס מיר נוצן נאך ביז היינט.
 
אין פארשידענע סלאווישע שפראכן זאגט מען ארויס דאס ווארט מילך מיט א שטיקל דגוש נאכ'ן ל' ווי "מאלאקא" (רוסיש) אדער "מילעקא" (סלאוואקיש), דאס האט ווארשיינליך געהאט א השפעה אויף אידיש אויך, וואס כאטש מען האט עס ווייטער געשריבן "מילך" ווי מען שרייבט עס און מען זאגט עס אויף דייטש (נאך ביז היינט) האט מען עס אנגעהויבן זאגן "מילעך". דאס איז אן אלטער כלל, אז אפילו שפראכן אנטוויקלען זיך כסדר, אבער אויפן שרייבן נעמט עס אסאך לענגער.
 
יעצט שטייען מיר פאר'ן יום טוב פורים, מען גייט מקיים זיין די פילע מצוות היום, הערן מגילה ליינען, וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף אז פאר דעם אליינס לוינט זיך שוין דורכצוגיין דעם גאנצן לעבן מיט אלע שוועריקייטן... משלוח מנות, וואס חז"ל זאגן אז דאס איז צו מרבה זיין שלום וריעות צווישן אידישע קינדער, סעודות היום, זיך פרייען מיט'ן אויבערשטן, און מתנות לאביונים. וואס אויף דעם ווילן מיר זיך דא אפשטעלן. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז נאר ביי די וואס מען שטייט דארט אין לאנגע שורות און מען טיילט דארט גלאטע הונדערטערס, און זיי טראכטן אז וואס פארא פורים איז דאס ביי מיר אז איך האב גארנישט צו געבן... איך וועל דיר זאגן א סוד, דו האסט עפעס וואס דער עושר האט נישט, דו קענסט עפעס טיילן א זאך וואס איז דא זייער ווייניג דערפון, א זייער א טייערע זאך, אבער דו האסט דערפון גענוג און נאך, א איד וואס איז אנגעזאפט מיט אשר בנחל קען געבן "ולבן שנים מחלב", איינער קען טיילן מילך און ווייס מאכן יענעמ'ס ציין, אבער דו קענסט אים געבן פון דיין חיזוק, פון דיין שמחה, און אים געבן די מוט צו לעבן. גיי ארום - נישט נאר פורים - מיט א גרויסע שמייכל אויף דיין מויל, ווען דו באגעגענסט איינעם, קוק נישט צי ער גריסט דיר אדער נישט, זאג אים הויך מיט א שמייכל "גוט מארגן, וואס מאכט איר?", דו קענסט נישט וויסן וויפיל מענטשן עס דרייען זיך ארום "נארמאל", אבער זיי זעען גארנישט, ער זעט שטערנס, ער גייט יעצט דורך א שוועריקייט וואס קיינער ווייסט נישט, און קיינער זעט נישט, אין זיין קאפ זוכט ער וואו קען מען אנטלויפן, ער טראכט "וואס האב איך פון מיין לעבן", און א פרייליכער איד גייט דורך און גריסט אים "גוט מארגן" דאס קען אים ראטעווען בוכשטעבליך, איינער טראכט נאך פון מיר, איינער אינטערסירט נאך אין מיר. וועסטו מיר זיכער זאגן, "איך בין דאך דער וואס גייט דורך דער גיהנום אויף דער וועלט, און איך זוך איינער זאל "מיך" מאכן שמייכלען, וויאזוי קענסטו דאס פארלאנגען פון מיר?", בעט איך דיר, טראכט נישט אזוי, ווייל דער קארענסי וואס הייסט "ולבן שיניים מחלב" איז זייער טייער, און עס איז דא א גרויסע מאנגל דערפון. און אז דו שפירסט אז דו דארפסט חיזוק, ווייסטו די אדרעס, עפן אויף אן אשר בנחל, אן עצתו אמונה, רוף אן די האטליין, הער אביסל חיזוק, און די שמחה וועט זיך איבערגיסן אויף אלע זייטן.
חזק ואמץ!