גרשון קרעמער
 
די וואס האבן געהערט די נייעס, האבן געהאט א פרישע סיבה אריינצוגיין אין א פאניק, ווען בערך צוויי וואכן צוריק האבן איינוואוינער באמערקט עטליכע מיסטעריעזע פארשוינען מיט צוגעדעקטע פנימער וואס האבן אויפגעהויבן די שווערע אייזערנע "מענהואל" דעקלעך אינמיטן די גאס. די חברה זענען אריינגעגראכן אין די טיפע סוער פייפס און פארברענגט דארט פאר עטליכע שעה.
 
בילדער און ווידיאוס האבן זיך שנעל פארשפרייט, און פילע האבן מורא געהאט ווער ווייסט וואס זייערע כוונות זענען, בפרט איז מען געווען באזארגט אז מען האט זיי געזען אין די היימישע געגנטער ווי וויליאמסבורג און פלעטבוש. די לאקאלע חסד און סעקיורעטי ארגאניזאציעס האבן תיכף אריינגעמישט די פאליציי, און די גאסן האבן געקאכט מיט שמועות און פחדים.
 
אבער ווי געווענליך האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען האט זיך דערשראקן אומזיסט; עס זענען נישט געווען קיין טעראריסטן אדער קיין פארברעכער, נאר פשוט'ע "אוצר-זוכער". דאס זענען מענטשן וואס האבן באשלאסן אז דארט אין די טיפע און שמוציגע סוער רערן קען מען אפשר טרעפן טייערע צירונג, גאלדענע רינגלעך אדער געלט וואס איז בטעות אריינגעפאלן דורך די לעכער במשך די יארן. עס איז מבהיל אל הרעיון ווי אזוי זיי זענען געווען גרייט איינצושטעלן זייער לעבן און אראפקריכן אין די פארשטונקענע פייפס, בלויז צוליב דעם דמיון אז דארט וועלן זיי טרעפן זייער גליק.
 
אין אזעלכע צייטן איז כדאי זיך אפצושטעלן איין רגע און בעטן דעם אויבערשטן: "רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל וויסן אז נישט דורכ'ן קריכן אין די 'סוער' וועל איך געפינען מיין אוצר. העלף מיר איך זאל נישט פארלירן מיין שכל און נעמען א שלעכטע כלי צו זוכן נארישקייטן; איך זאל פארשטיין אז דאס וועט מיר נישט נאר נישט ארויסנעמען פון מיין עצבות און מרה שחורה, נאר פונקט פארקערט." ווייל דער אמת איז, אז ווען א מענטש היט זיך נישט די אויגן רחמנא לצלן, פארלירט ער זיין גאנצן חן; ער פארלירט דעם טעם פון אהיימקומען צו זיין ווייב און קינדער, וואו דארט געפינט זיך באמת זיין גאנצער אוצר.
 
דער רבי פארציילט א מעשה פון א איד וואס האט געחלומט אז זיין אוצר ליגט באגראבן אונטערן בריק. ער איז געפארן ביז קיין וויען, נאר כדי דארט געוואויר צו ווערן אז דער אוצר ליגט ביי אים אליין אינדערהיים.
 
טייערער איד, דו זוכסט דיין אוצר? דו דארפסט נישט גיין אין ערגעץ! דער אוצר ליגט ביי דיר אינדערהיים. גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, זיי ווארטן שוין אז דו זאלסט רעדן מיט זיי, זיי ווילן אז דו זאלסט זיי אויסהערן. דארט געפינט זיך דיין גליק! וואס מער דו וועסט זיך דערווייטערן פון די שמוציגע וואסערן, אלס מער וועסטו אנהייבן שפירן ווי גליקליך דו ביסט אז דו האסט חתונה געהאט און אז דו ביסט געבוירן א איד. האסט אויך א חומש און א משניות? ווער איז נאך אזוי גליקליך ווי דו!
 
פאר הערות אדער שאלות ביטע רופן אדער טעקסטן 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.