אין די מינוטן קומען אריין באריכטן פון עזה איבער א מאכטפולע באמבע וואס האט אויפגעריסן פארענט פון די אכלי שפיטאל אין עזה סיטי וואס געפונט זיך צפון עזה, וואס איז די געגענט וואס די איזרעאלישע מיליטער האט באפוילן צו אוועקואירן. באריכטן געבן אן אז אויפרייס האט געקאסט דאס לעבן פון עטליכע הונדערט מענטש, סיי פאציענטן, און סיי פון אנדערע וואס האבן דארט געזוכט שוץ האפענדיג אז דארט איז מען מער פארזיכערט.
 
אין די מינוטן איז נישט קלאר ווער עס האט דארט געשיקט די באמבע, און יעדער לייגט עס אן אויפן אנדערן, די פאלעסטינער און די אראבישע וועלט ברויזט געפערליך אויף די איזראעלישע מילטער און רופט פאר נקמה, בשעת איזראעל טענה'ט אז דאס קומט גאר פון א באמבע וואס די איסלאמיק דזשיאד האט געשיקט צום ריכטוג פון די אידישע שטעט אין ארץ ישראל אבער איז דורכגעפאלן, אראפ פאלענדיג ביי זיי אין הויף.
 
אידן איבער די גאנצע וועלט וואס לעבן מיט אמונה פאלן נישט אריין אין קיין פאניק, מען ווייסט אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. מען דאווענט מען בעט און מען זאגט תהלים.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אין די טעג מפרסם געווען אז מוהרא"ש פלעגט אין אזא צייט זאגן אז מען זאל יעדן טאג זאגן קאפיטל פ"ג אין תהלים, 
 
(פג) שִׁיר מִזְמוֹר לְאָסָף: אֱלֹקִים אַל דֳּמִי לָךְ אַל תֶּחֱרַשׁ וְאַל תִּשְׁקֹט אֵל: כִּי הִנֵּה אוֹיְבֶיךָ יֶהֱמָיוּן וּמְשַׂנְאֶיךָ נָשְׂאוּ רֹאשׁ: עַל עַמְּךָ יַעֲרִימוּ סוֹד וְיִתְיָעֲצוּ עַל צְפוּנֶיךָ: אָמְרוּ לְכוּ וְנַכְחִידֵם מִגּוֹי וְלֹא יִזָּכֵר שֵׁם יִשְׂרָאֵל עוֹד: כִּי נוֹעֲצוּ לֵב יַחְדָּו עָלֶיךָ בְּרִית יִכְרֹתוּ: אָהֳלֵי אֱדוֹם וְיִשְׁמְעֵאלִים מוֹאָב וְהַגְרִים: גְּבָל וְעַמּוֹן וַעֲמָלֵק פְּלֶשֶׁת עִם יֹשְׁבֵי צוֹר: גַּם אַשּׁוּר נִלְוָה עִמָּם הָיוּ זְרוֹעַ לִבְנֵי לוֹט סֶלָה: עֲשֵׂה לָהֶם כְּמִדְיָן כְּסִיסְרָא כְיָבִין בְּנַחַל קִישׁוֹן: נִשְׁמְדוּ בְעֵין דֹּאר הָיוּ דֹּמֶן לָאֲדָמָה: שִׁיתֵמוֹ נְדִיבֵמוֹ כְּעֹרֵב וְכִזְאֵב וּכְזֶבַח וּכְצַלְמֻנָּע כָּל נְסִיכֵמוֹ: אֲשֶׁר אָמְרוּ נִירֲשָׁה לָּנוּ אֵת נְאוֹת אֱלֹקִים: אֱלֹקַי שִׁיתֵמוֹ כַגַּלְגַּל כְּקַשׁ לִפְנֵי רוּחַ: כְּאֵשׁ תִּבְעַר יָעַר וּכְלֶהָבָה תְּלַהֵט הָרִים: כֵּן תִּרְדְּפֵם בְּסַעֲרֶךָ וּבְסוּפָתְךָ תְבַהֲלֵם: מַלֵּא פְנֵיהֶם קָלוֹן וִיבַקְשׁוּ שִׁמְךָ ה' יֵבֹשׁוּ וְיִבָּהֲלוּ עֲדֵי עַד וְיַחְפְּרוּ וְיֹאבֵדוּ: וְיֵדְעוּ כִּי אַתָּה שִׁמְךָ ה' לְבַדֶּךָ עֶלְיוֹן עַל כָּל הָאָרֶץ:
 
אין דעם קאפיטל בעט מען דעם אויבערשטן, "באשעפער שווייג נישט, די שונאי ישראל פון אלע פעלקער האבן זיך געהויבן די קאפ, זיי ווילן אויסמעקן דאס אידישע פאלק ר"ל, באשעפער טוה מיט זיי ווי דו האסט געטון פאר מדין, סיסרה, און יבין (מלך חצור - מלבי"ם) וואס דו האסט זיי אלע אויסגעמעקט און אויסגעראטן", און מען בעט ווייטער דעם אויבערשטן ער זאל פארלענדן און אויסרייסן אלע אנטיסעמיטן, און מען ענדיגט צו אז דאן וועלן אלע זען אז דו באשעפער ביסט דער אייציגער און דו ביסט בעל הבית און פירסט די גאנצע וועלט.
 
וידעו כי אתה שמך ה' לבדך עליון על כל הארץ