מכון עצתו אמונה מעלדט פארשריט איבער חלק ז' און חלק ח' פון עצתו אמונה
כא תמוז תשפ"ג 📝
ברוך השם אז נאך אסאך מי און פלאג ערווארט מען שוין דעם פרישן באנד "עצתו אמונה" חלק ז' וואס אנטהאלט הערליכע שיינע חיזוק בריוו אין פילע ענינים וואס וועט ווי די פריערדיגע בענדער מחי' זיין און מחזק זיין אלע וואס וועלן לערנען דערין.
אבער בשעת מיר שרייבן די נייעס איבער דעם חלק ז' וואס ווערט געדרוקט אין די טעג, קענען מיר מעלדן אז אויך חלק ח' האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען - מען האט ביז יעצט מגיה געווען בי"ג נפה, מען האט מנקד געווען, און צוגעלייגט די מראה מקומות, און אין די טעג האלט מען שוין ביים אויסשטעלן די עמודים און מען האפט בסייעתא דשמיא צו גיין צום דרוק אין ווייניגער פון צוויי וואכן.
אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אז ער האט אונז איבערגעלאזט זיינע צדיקים אין די היינטיגע דורות, און מיר האבן די זכיה צו אז דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז ווייטער איבער די הייליגע עצות און וועגן פון הייליגן רבין אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט עס אונז איבערגעגעבן.
די גאנצע ארבעט ווערט באגלייט מיט די פערזענליכע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א און ווערט געטון דורך די בארימטע מכון "עצתו אמונה" וואס ווערט געפירט דורך הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א. ווי די מכון עצתו אמונה געבט אונז איבער קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די פילע אנשי שלומינו וואס העלפן ארויס מיט אלעם וואס זיי קענען, דער מיט געלט, דער מיט טירחא, זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן מיט אלעם גוטן. בפרט דארף מען זיך באדאנקען פאר די מגיהים וואס לייגן אריין געוואלדיגע כחות אז דער ספר זאל ארויסגיין ווי ווייט מעגליך אן קיין גרייזן, די הגה ווערט געטון דורך הר"ר זלמן מייזליש שליט"א, הר"ר יודל טירנויער שליט"א, הר"ר שמואל אייכענשטיין שליט"א, אזוי אויך פארן מנקד מומחה הר"ר יודא לייב ווייס שליט"א. ביי דער געלעגענהייט דארף מען אנערקענען אויך אין די גרויסע ארבעט וואס הר"ר ישעי' איידליס שליט"א לייגט אריין ארויסצוהעלפן מיט פארשידענע טעכנישע ענינים און בפרט און שאפן די נדבנים צו דעקן די קאסטן. אין ארץ ישראל ווי מען דרוקט די ספרים לייגט הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים אריין גרויסע כחות און העלפט ארויס מיט אלעם וואס מען דארף בפרט זיכער צו מאכן אז די ספרים ווערן ארויסגעשיקט און קומט אן קיין אמעריקע וואס שנעלער.
אין די טעג ווערט ארויסגעשיקט אויף א שנעלע וועג א באגרעניציע צאל ספרים פון די פרישע חלק ז', ספעציעל צו ווערן געטיילט דורכן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע וואס האבן מנדב געווען צו דרוקן די ספרים, מיט אויבערשטנס הילף האפן מיר בקרוב צו מעלדן ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס טיילן. די גרויסע שיפמענט וועט בעז"ה געשיקט ווערן דורכן שיף, און וועט האפענטליך אנקומען אין די נאנטע וואכן.