דער מכון עצתו אמונה, וועלכער שטייט אונטער די פירערשאפט פון הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער שליט"א, איז איבערגעגעבן פארן צוועק פון צוגרייטן צום דרוק, ארויסגעבן און פארשפרייטן די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א. בעיקר זעט מען זייער ארבעט ביים ארויסגעבן די טייערע ספרים "עצתו אמונה", און "איש אמונות" וואס זענען די פילע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, אבער כסדר קומט ארויס דורך זיי נאך אנדערע ספרים, אריינגערעכנט ,"שפתי תפתח" וואס איז ליקוטי מוהר"ן מיט'ן פירוש פונעם ראש ישיבה און נאך.
אויסער די שיעורים און ספרים פאר די אינגעלייט און בחורים, לייגט דער ראש ישיבה שליט"א גרויסע כוחות אויף חינוך, זאגנדיג אז "אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל". אין די חדר און די סקול ליגט אין שפיץ פון אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט, און אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א כמעט וועכענטליך א חינוכ'דיגע מעשה'לע פאר די קינדערלעך, וואס ברענגט אריין אין זיי יסודות פון אמונה, יראת שמים און גוטע מידות.
פון די מעשה'לעך האט דער מכון שוין ארויסגעגעבן צוויי בענדער "מעשה'לעך פאר קינדער", געדרוקט מיט שיינע גרויסע אותיות, קאלירטע בילדער און הויך-קוואליטעט גלאנציגע פאפיר – געאייגנט פאר קינדער. די ביכלעך זענען געוואָרן גאר פאפולער און ווערן צוכאפט איבעראל, ווייל אלע עלטערן זוכן חינוך'דיגע ספרים פאר זייערע קינדער.
אין א ווייטערער שטאפל צו העלפן אונזערע קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, האט דער מכון אויך ארויסגעגעבן קאלערינג ביכער, וואס גייען אינאיינעם מיט די מעשה'לעך. אזוי קענען קינדער נאך שטארקער ארייננעמען די לעקציעס וואס די מעשיות געבן אריין הלכה למעשה אויף א געשמאקע אופן בשעת זייער קאפ איז פארנומען מיט פארבן די בילדער.
צו דעם טוט דער ראש ישיבה שליט"א יעדע שטיק צייט רעקארדירן א פרישע מעשה'לע, דער ראש ישיבה שליט"א אליינס פארציילט די מעשה'לע לויט די ווערטער פונעם ביכל. די רעקארדירונגען ווערן דערנאך פארשפרייט אויף יו-עס-בי סטיקס, וואס קינדער הערן אויס אינאיינעם מיט די ביכלעך.
אויפן גרויסן פארלאנג זענען די מעשה'לעך שוין איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש אונטערן נאמען "Little Stories for Little Souls", און אויף לשון הקודש מיטן נאמען "מעשה'לעך לילדים". און אין גוטע נייעס פאר תושבי ארץ ישראל, האט מכון עצתו אמונה סניף אין ארץ ישראל יעצט געענדיגט איבערזעצן און צוגרייטן דעם צווייטן באנד "מעשה'לעך לילדים", וועלכע איז שוין אריין צום דרוק, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די ביכלעך בקרוב זיין צו באקומען בעיקר אין ארץ ישראל.
"מעשה'לעך לילדים 2" וועט האבן דעם כבוד צו הייסן "מהדורת ליבערמאן", נאכדעם וואס דער עיקר פון די הוצאות איז נתנדב געווארן דורך מו"ה  לייבי ליבערמאן הי"ו פון לעיקוואוד, וועלכער האט א ווארעם הארץ צו דרוקן די ספרים פונעם ראש ישיבה שליט"א.
עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן געהאלפן פאר'ן מכון אנצוקומען צו די אלע זאכן בפרט הר"ר שמואל אייכענשטיין הי"ו און הר"ר משה רעכניצער הי"ו, וועלכע האבן אנגעפירט מיט די דרוק-ארבעט, ווי אויך משפחת פערל פון ירושלים עיה"ק, וואס האבן איבערגעזעצט די מעשה'לעך אויף לשון הקודש.
בפרט קומט זיך א שטארקע הכרת הטוב פארן מנהל פונעם מכון הר"ר יואל מנחם גרשון שניצלער הי"ו, וועלכער שטייט בראש פון אלע גרויסע פראיעקטן, און פאלגט נאך די הוראות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף יעדן שריט, כדי צו פארזיכערן אז די ארבעט איז מיט די גרעסטע תועלת פאר די חינוך פון אונזערע טייערע קינדער.

פאלגט נאך אונזערע ווייטערדיגע באריכטן פאר נאך נייעס אינערהאלב "מכון עצתו אמונה" בעזהשי"ת.