דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט געשריבן א בריוו פאר אלע תלמידים, ווי ער אינפארמירט איבער די געוואלדיגע פארשריט וואס ווערט געמאכט אינעם בנין, און בעט ווער עס קען זאל ארויסהעלפן מ'זאל קענען ענדיגן דעם בנין, אין די קורצע פאר וואכן וואס עס איז נאך איבערגעבליבן ביז ראש השנה
 
פאלגענד איז דער בריוו:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת עקב י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו.
איך בעט אייך זייער איר זאלט מיר העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן, אז מיר זאלן נאך קענען זיין דארט אויף היי יאר ראש השנה – תשע"ט הבא עלינו לטובה.
עס איז נאך דא אסאך ארבעט; מען האט היינט געגאסן די פלאר פאר די גאנצע בעיסמענט, מען האלט אינמיטן לייגן טיילס אין די מקוה, אויך לייגט מען טיילס אויף די פלארס פון די צימערן.
היינט איז אנגעקומען די קאנקריט טאנק פאר די סוער, און די ארבעטערס ארבעטן אויף די פלאמבינג פון די צימערן.
די בעטן זענען שוין אנגעקומען קיין אומאן, עס דארף נאך ווערן דעליווערט צו די בילדינג.
איך שיק אייך בילדער איר זאלט זען ווי פלייסיג מען ארבעט.
מיר האבן נאך ממש געציילטע וואכן ביז ראש השנה, בעט איך אייך זייער אויב איר קענט מיר העלפן – אפילו מיט א הלוואה – כדי מיר זאלן קענען ענדיגן מיט די ארבעט.
א גוטן טאג.
א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.
 
דא זענען עטליכע לינקס צו בילדער פון אפדעיטס פון די לעצטע עטליכע טעג
מ'ארבעט אויף די פלאמבינג, און אויף די פייפס פאר די מקוה שויערס, און נאך - דאנערשטאג ואתחנן
מ'טוט די ספעקלינג ארבעט, מ'ארבעט אויף די קוואל - עש"ק ואתחנן
מ'ארבעט פון אלע זייטן, אויף די פלאמבינג, מ'גיסט צעמענט, מ'ארבעט אויף די מקוה - זונטאג עקב
מ'בויעט פעסט ווייטער - מאנטאג עקב
מ'לייגט שוין טיילס אין מקוה און אין שלאף צימערן, אין בעיסמענט גיסט מען שוין די פלאר - דינסטאג עקב