פארגאנגענעם ליל שישי איז די וועלט געכאפט געווארן אין א סורפרייז ווען מדינת ישראל האט זיך א לאז געטון אינמיטן די נאכט איבער פארשידענע סענסיטיווע איראנישע מיליטערישע ערטער, און האבן שטארק באמבאדירט דארט, ווען אין די זעלבע צייט האבן זיי אומגעברענגט פילע הויכראנגיגע פירער, בעיקר פון די מערסט פארגעשריטענע "רעוואלונציאנערישע גווארדיע" און פון זייערע פירער און סייענטיסטן וועלכע פירן אן זייער נוקלעארע פראגראם.
 
ביים שיעור ליל שישי פונעם ראש ישיבה שליט"א האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז א מלמחה איז א שרעקליכע זאך, און עס קען לא עלינו קאסטן קרבנות השם ישמרינו, און האט אויפגעפארדערט אלע זאלן מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל האלטן אויף אונז זיין רעכטע האנט, און אידישע קינדער זאל ווערן אפגעהיטן פון אלעם בייזן.
 
דער ראש ישיבה האט געבעטן אלע מלמדים זאלן זאגן מיט די קינדער קאפיטל פ"ג נאכ'ן דאווענען, און בעטן מיט זיי צוזאמען אז מען זאל נאר הערן גוטע בשורות, און בעיקר זאל מען מתפלל זיין מען זאל נישט מורא האבן, און געדענקען אז דער אויבערשטער היט אונז אפ, און קיינער קען אונז נישט גוטס טון אדער שלעכטס טון, נאר ווען דער אויבערשטער לאזט. די זכות פון די תפלות, בפרט פון די ריינע תינוקות של בית רבן וועט זיכער ביישטיין פאר אלעמען.
 
די מלחמה האט זיך שוין זינט דאן פארברייטערט, ווען איראן האט צוריק געשאסן גאר אסאך באמבעס דראונס און מיסלס, בפרט האבן זיי געשיקט הונדערטער גאר שעדליכע ביאליסטישע מיסלס, וואס עטליכע פון זיי זענען ליידער געפאלן, און האט ליידער געקאסט אידישע קרבנות, און אסאך פארוואונדעטע.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט ביים שיעור א געדאנק וואס נוגע סיי אחינו בני ישראל וואס וואוינען אין ארץ ישראל, און פונקט אזוי די אלע וואס וואוינען אין חוץ לארץ. חז"ל זאגן "קשה תרבות רעה בתוך ביתו של אדם, יותר ממלחמת גוג ומגוג", עס איז ביטער ווען עס קומט פאר א מלחמה, עס קומען צו פליען באמבעס, מען לויפט אריין אין די שעלטערס, די פחד איז גרויס. לאמיר זיך נישט נארן, די שאנסן אז עפעס זאל געשען פאר דיר איז ב"ה זייער קליין; און אויב מען הערט נישט אויס קיין נייעס, איז אלעס פיין און וואויל, איך גיי אהיים, איך לעש אויס דעם טעלעפאן, איך הער נישט אויס קיין האטליינס, מען שמועסט דיבורי אמונה און מען לעבט א זיסע געשמאקע לעבן מיט'ן אויבערשטן.
 
אבער אויב די מאן און ווייב קריגן זיך ארום, מען שטעכט זיך איינער דעם צווייטן, וואו זאל מען אנטלויפן פון די מיסלס? די אטמאספערע אין שטוב איז אנגעפולט מיט פולווער, און יעדע קליינקייט דראעט ח"ו אז די גאנצע שטוב זאל אויפרייסן אין פלאמען. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א מעודד געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל האלטן טייער די ווייב, רעדן שיין און שטוב, און נישט נעמען פערזענליך ווען די ווייב איז אנגעשטרענגט.
 
אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט זענען מתפלל ביים אויבערשטן מיר זאלן אפגעהיטן ווערן פון יעדע צרה וצוקה, מיר זאלן לעבן רואיג און קענען דינען דעם אויבערשטן מיט שלום ושלוה, בביאת משיח צדקינו בב"א.