די מלחמה אין ארץ ישראל איז ווידער אין די נייעס ווען מדינת ישראל האט נעכטן געצילט פילע געגענטן אין צענטראל און דרום פון די עזה פאס מיט פליגערס און באמבעס וואס האבן געהרגעט פילע כאמאס פירער, און אנגעבליך אויך אומגעברענגט נאך הונדערטער אנדערע. דערמיט איז געשלאסן געווארן די צייטווייליגער צוויי חדשים'דיגע פייער אפשטעל וואס האט באפרייט בערך דרייסיג אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט און בערך פופצן הונדערט פאלעסטינער ארעסטאנטן פון די איזראעלישע תפיסות.
 
נעכטן האט מען געהערט גאר שטארקע אויפרייסן אין עזה ווען פליגערס האבן אראפ געלאזט שווערע באמבעס אין פילע פאזיציעס פון כאמאס פירער, וואס האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם קריג אינעם ראיאן, ברענגענדיג פארדאמונגען פון פילע ריכטונגען, און שטיצע פון אנדערע - אריינגערעכענט פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע.
 
דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער - בפרט די וואס זענען נאך געבליבן פארכאפט אונטער די רוצחים - און זיי זאלן ווערן באפרייט וואס שנעלער. מיר זענען מתפלל פאר זייער שנעלע באפרייאונג, אבער אויך זענען מיר מתפלל אז ביי אונז אינדערהיים זאל נישט אויפלאקערן קיין מלחמה, ביי אונז אין שטוב זאל נישט פאלן קיין באמבעס וואס דאס איז אסאך ערגער פון א וועלט מלחמה. די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ז' עמוד ב' "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן מִשּׁוּם רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַי קָשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג" מוהרא"ש זי"ע פלעגט עס כסדר זאגן, וואס קען זיין ערגער פון א וועלט מלחמה, מלחמת גוג ומגוג, אויב מיר קריגן זיך אינדערהיים, ווען עס איז דא א מלחמה אין גאס עס פליען באמבעס, סאלדאטן שטארבן, איז נאך נישט געפערליך, איך קוק נישט קיין נייעס, איך הער נישט קיין נייעס, איך קום אהיים מיט א שמייכל, עס איז מיר גוט, איך האב א ווארימע ווינקל, אבער אויב קוקט מען אויף די ווייב מיט א שלעכטע אויג, זי איז מיר נישט גוט, אפילו די גאנצע וועלט קומט זיך דורך איינע מיט'ן צווייטן, אפילו ווען טראמפ וועט שוין מצליח זיין צו מאכן שלום צווישן רוסלאנד מיט אוקריינא, צווישן אמעריקע און צפון קאריע, צווישן מדינת ישראל מיט איראן - כיזבאלא און כאמאס, אבער עס איז מיר ביטער.
 
וואס איז די עצה - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן שכל, ווייל שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען איז קלוג און נישט גערעכט, און וואס מיינט האבן שכל? אז מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, א ווייב איז אלץ גערעכט, און מען איז מוותר אין שטוב.
 
עטליכע מערקווירדיגע פאקטן איבער די משכונות: דער עלטסטער משכון איז געווען א 79 יעריגער איד, און די אינגסטע איז די באקאנטע רויטע ביבאס בעיבי פון 9 חדשים אלט; טייל משכונות האבן אנטוויקעלט די טרויעריג בארימטע "שטאקהאלם סינדראם" וואס מיינט זיי האבן באקומען א גוטע געפיל איבער זייערע פארכאפער; אסאך משכונות האבן געזאגט אז זיי האבן גענצליך פארלוירן חשבון פון צייט זיצנדיג גענצליך אפגעהאקט פון די וועלט אין טונעלן טיף אונטער די ערד.
 
מיר זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע אונטער די כאמאס רוצחים אדער אונטער די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער בביאת משיח צדקינו, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אמן.