מלחמה פלטים פון דרום טרעפן זייער שידוך אין ירושלים
יח חשון תשפ"ד 📝
עס איז באקאנט דער ווארט פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז אסאך מאל מאכט דער אויבערשטער אז עס זאל אויסברעכן א מלחמה צווישן לענדער נאר כדי א שידוך זאל צושטאנד קומען, דער אנלויפט פון דא, און דער אנטלויפט פון דארט און אזוי ווערט א שידוך.
אזא מעשה האט פאסירט אין די יעצטיגע טעג ווען א היימישע משפחה פון אשדוד וואס האט אן עלטערע בחור אין שטוב איז אנטלאפן פון שטאט צוליב די פילע מיסלס וואס האבן גערעגעט כסדר, דער אויבערשטער האט צוגעפירט זיי זאלן טרעפן א א דירה צו דינגען און ירושלים אויף רחוב ים סוף.
איין טאג איז דער איד געגאנגען צו איינע פון די גדולי ירושלים און געבעטן א ברכה פאר זיך פאר די משפחה און דערמאנט אז ער האט א זון אן עטלטע בחור, האט אים דער גדול געזאגט אז ער זאל גיין צו הרב חיים שמערלער שליט"א וואס פארפיגט אויף די וועלט בארימטע ארגאנציזאציע הגפן וואס טוט טאקע דאס, זיך אפגעבן מיט בחורים און מיידלעך זאלן טרעפן זייער באשערטע שידוך פון הימל.
דער איז איז אראפ געגאנגען צום בית המדרש היכל צבי צאנז ווי הרב שמערלער איז דער רב דארט, און אים געזאגט אז ער איז אנטלאפן פון אשדוד, און ער האט געהערט אז ער טוט פאר בחורים פאר שידוכים, ער האט אן עלטערע בחור, אויב ער קען אים העלפן, זאגט אים הרב חיים "פונקט נעכטן האב איך באגעגענט א איד וואס איז אנטלאפן ווי דיר פון שטאט רחובות דער אויבערשטער האט אים צוגעפירט צו האבן זיין אכסניה אויף רחוב סנהדריה וואס איז ממש איין גאס אוועק פון וואו דו האלטס זיך אויף, ער האט מיר געזאגט אז ער האט אן עלטערע טאכטער, זעט אויס אז פון הימל וויל מען עפעס, ער האט אריינגערופן צו זיין אפיס הגפן און געבעטן א שדכן זאל זיך פארען דערמיט און זען וואו דער אויבערשטער וועט עס פירן, און ברוך השם געלויבט דער אויבערשטער ביז אפאר טעג האט מען געשלאסן שידוך, ווי זאגט ר' יונתן שווארץ? סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן!
דער הייליגער תנא רבי יוסי בן חלפתא האט געזאגט אז דאס איז וואס דער באשעפער טוט א גאנצן טאג ער זיצט און פירט אויס שידוכים, דער מדרש לייגט צו אז דער אויבערשטער מאכט לייטערס דער גייט ארויף און דער גייט אראפ און אזוי קומען זיך שידוכים צוזאם, ווער עס האט שכל און לאזט זיך פירן פון באשעפער דער קומט אן גרינג צו זיין שידוך, ער דארף נישט גיין אין ערגעץ, אבער דער וואס מיינט אז אזא יחסן, אדער אזא עושר, אזא חכם ווי ער איז נאכנישט געווען זינט בריאת העולם, דארף נעבעך דורכגיין אסאך ביז זיין באשערטע שידוך קומט אן.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון העלפן בחורים און מיידלעך אויפשטעלן אידישע שטובער, צדיקים פלעגן זאגן אז שדכנות געלט איז אמת'ע כשר'ע געלט, און דאס איז די תכלית הבריאה אז מען זאל חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע הייזער און איבערגעבן די אמונה ווייטער פאר די קינדער, וואס מיט דעם איז מען מקרב די גאולה ווי עס איז באקאנט דער מאמר חז"ל "אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף", און מיט דעם ווערט מען א שותף מיט כביכול דעם אויבערשטן.
דער אויבערשטער וועט זיכער אויספירן זיינס, און שידוכים ווערן ברוך השם, אבער וואויל איז פאר דער וואס האט א חלק דערין, ער רעדט נישט אפ קיין שידוכים מיט נארישע חשובנות, וועגן כבוד און יחוס, דער פאסט נישט פאר דעם, נאר העלפט צו אידישע קינדער צו קענען טון שידוכים אינגערהייט און גרינגערהייט וועט אים גוט זיין בזה ובבה.