מלחמה צווישן טיילאנד און קאמבאידע פלאקערט פריש אויף
ב אב תשפ"ה 📝
אין דרום מרח אזיע נעבן דעם אינדישן אקעאן געפונען זיך צוויי לענדער וואס איז נישט צו שטארק באקאנט ביי אונז, טיילאנד, און קאמבאדיע, די צוויי שכנות'דיגע לענדער האבן א לאנגע געמיינזאמע היסטאריע.
במשך אסאך יארן האבן פילע קעניגרייכן און מלוכות געוועלטיגט אויף זיי, און פארשידענע פעלקערט האבן געהאט אסאך איינפלוס אויף די קולטור און היסטריע פון זיי.
אין די נייצנטן יארהונדערט, איז קאמבאידע אריינגעפאלן אונטער די הערשאפט פון פראנקרייך, ווערנדיג א פראנצויזישע קאלאניע (בערך אזוי ווי אמריקע איז געווען צו ענגלאנד), אבער טיילאנד (וואס מען האט דאן גערופן סיאם) איז געבליבן א זעלבסטשטענדיגע מלוכה.
היינט זענען זיי ביידע זעלבטשטענדיג, אבער מיט דעם אלעם זענען כסדר דא מלחמות צווישן זיי. דער עיקר חילוקי דיעות איז איבער א קליין געגענט וואס אנטהאלטן אלטע נארישע עבודה זרה טעמפלען, וואס ביידע ווילן זייער שטארק אנהאלטן, און קענען זיך נישט נעבעך ערלויבן צו מאכן שלום און פארלירן דעם געגענט.
עס זענען כסדר געווען מלחמות און רייבערייען צווישן די צוויי צדדים, אבער מיט עטליכע טעג צוריק האט זיך די מלחמה ווידער אויפגעפרישט, און האט צוגעברענגט צו צענדליגע טויטע, הונדערטע פארוואונדעטע, און מער פון הונדערט טויזענט היימלאזע בירגער פון ביידע זייטן פונעם גרעניץ
מיר קען אפשר לאכן פון זיי וואס צוליב זייער נארישע עבודה זרה, ווערן אזויפיל מענטשן געהרגעט פארוואונדעט און פארוואגעלט, אבער באמת מיינט מען אונז.
עס זענען דא מענטשן וואס זאגן אז מען טאר זיך טאקע נישט קריגן, אבער ווי נישט ווי, די מחלוקת בויעט אויף כלל ישראל, קהלות שטעלן זיך בעסער צו, מען בויטע, און מען סערווירט, אלעס ווייל עס איז דא קאמפאטישן.
אבער עס איז נישט אמת, חז"ל שרייבן (שמות רבה, ל, יז) "כִּי יְרִיבֻן אֲנָשִׁים... אֵין דָּבָר טוֹב וְאֵין שָׁלוֹם יוֹצֵא מִתּוֹךְ מְרִיבָה." עס קען נישט ארויסקומען קיין שום גוטס פון מחלקות, דער אויבערטשער האט פיינט מחלקות ביי ערליכע אידן. עס איז טאקע דא אזא זאך ווי "קנאת סופרים" וואס איז א גוטע זאך, מען דארף שטרעבן צו ווערן בעסער, און אויב מען זעט איינער האט מצליח געווען מיט עפעס, מעג מען זען צי מען קען עס אויך טון, און אפילו מאכן בעסער. אבער וואס האט דאס מיט מחלקות.
מיר שטייען יעצט אין די טעג פון אבלות אויפן חורבן בית המדרש, און דער בית המקדש איז נישט חרוב געווארן ווייל רוים האט געהאט א בעסערע מיליטער, אדער ווייל די אידן האבן נישט געהאט קיין גוטע געווער, דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב וואס מען האט זיך פיינט געהאט, "שנחת חנם" איז אויך ווען ער געהערט צו אן אנדערע קהילה, און אויך ווען ער פארקט אויף דיין פארקינג, און אפילו ווען ער איז נישט געקומען צו דיין שמחה.
מיר וועלן פארמערן "אהבת חנם" און זען צו קוקן גוט אויף אנדערע אידן, אויף אנדערע קהלות, און מיט דעם וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלמה.