טראצדעם וואס אין די טעג פאר ראש השנה זענען געהערט געווארן ווארענונגען פון פארשידענע ריכטונגען, "ווארטזאגערס" און "אמבאסאדעס" האבן זיך געלאזט הערן מיט פארשידענע אפשרעקענדע מעסעדזשעס, "מיר קענען נישט נעמען די אחריות" האט דער ווארטזאגער פונעם איזראעלי רעגירונג געווארענט. "עס איז סכנת נפשות, אוקריינא איז אין א מלחמה צושטאנד" האט די אוקריינע אמבאסאדע געשריגן, האבן ברסלב'ע חסידים זיך נישט צופיל דערשראקן דערפון, וויסנדיג אז דאס איז בלויז נאך א מניעה וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אונטערצושטעלן אונז אפצוהאלטן פון קומען צום הייליגן רבי'ן, בפרט ווען מען האט געהערט פון אידן וואס האבן געפעדערט און האבן געמאכט זייער וועג קיין אומאן במשך חודש אלול, אז די גאנצע וועג פון די אלע ארומיגע לענדער ביז אומאן אזוי אויך אין אומאן זעלבסט איז די מצב גענצליך רואיג, און מען זעט בכלל נישט קיין "מלחמה" מצב.
 
אין די לעצטע טעג פאר ראש השנה העעל"ט האבן זיך טאקע צענדליגע טויזנטער אידן ארויסגעלאזט אויפן לאנגן אויסמאטערנדן וועג, און גענומען וועגן פון אנדערע לענדער מאכנדיג פון דארט זייער וועג פאר לאנגע שעות דורך באסעס און אדער באנען.
 
די וועלט איז געשטאנען און געשטוינט "מנאן ומאן הוא רחימך" פארוואס און פארווען גייט מען אריין אין א מלחמה זאנע? פארוואס לאזט מען זיך קאסטן אזעלכע געלטער פאר די וועגן און טיקעטס? צו וואס איז מען גרייט זיך אויסמוטשען אין וועגן וואס דויערט לאנגע שעות פון דרייסיג-פערציג שעה אנצוקומען קיין אומאן?
 
וואס קען מען שוין טרעפן אין אומאן וואס מען קען נישט טרעפן אין ניו יארק, ירושלים, לאנדאן, אדער אנטווערפן? – האט מען געפרעגט, וואס שלעפט די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן מיט מסירת נפש? – האט מען זיך געווינדערט.
 
דער ענטפער צו די אלע שאלות איז "אמונת חכמים", אידישע קינדער גלייבן אינעם הייליגן צדיק דער נחל נובע מקור חכמה וואס האט געבעטן און געפאדערט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און האט צוגעזאגט צו מתקן זיין יעדעם איינעם וואס באטייליגט זיך אינעם הייליגן קיבוץ.
 
און אזוי איז טאקע געווען ברוך ה', אלע וואס זענען דארט געווען קענען עדות זאגן אויף די רואיגע וועגן און אויף די שטייגערליכע מצב אין אומאן, ווי אלעס איז אנגעגאנגען ווי יעדעס יאר, און אויב איז געווען שינויים, איז עס נאר די נאך פילע נייע האטעלן, בתי מדרשים, און געשעפטן וואס זענען צוגעקומען במשך די לעצטע יאר. אין כאן לא מיסילס ולא באמבעס, לא טאנקען ולא סיירינס, לא שרירין ולא קיימין.
 
אבער אנשי שלומינו אין היכל הקודש זענען געכאפט געווארן אין סורפרייז. ווען דארט אינעם בנין האט זיך די מלחמה אנגעזען אויף א גאר שטארקע פארנעם... מען האט געזען פילע "באוואפענטע לייט" ארומגיין, דער איז געווען באוואפענט מיט א משניות, דער מיט א גמרא, א שלחן ערוך אדער חומש. א גוטע אויג האט געקענט באמערקן די "ספעשל פארסעס" באהאלטענע אגענטן, וואס פונדרויסן האט זיך גארנישט אנגעזען אויף זיי עפעס ספעציעל, אבער שטילערהייט שאקלען זיך זייער ליפן מיט תפילה והתבודדות, און זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן פיר און צוואנציג שעה אין טאג.
 
אבער דאס וועט איר זיכער נישט טרעפן אין אנדערע נייעס קוועלער, אז יא אין בנין היכל הקודש איז געקומען צו פליען א גאנצע באגאדזש פון ראקעטן, גראד אין לאנטש רום אריין. דאס איז פארגעקומען מוצאי שבת קודש ערב ראש השנה, בשעת דער עולם איז געזיצן ביי מלוה מלכה, זענען געקומען צו פליען סיומים איינס נאכן צווייטן, וואס אפילו אזעלכע מיט גאר שטארקע כאראקטערס זענען געווארן איבערגענומען. איין טייערע אינגערמאן הר"ר משה גרויס הי"ו פון ארץ ישראל האט געמאכט א סיום אויף די זיבן-און-צוואנציגסטע מאל ש"ס בבלי און די פינף-און-צוואנציגסטע מאל ש"ס ירושלמי, הר"ר מנשה איצקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד היכל הקדוש בארא פארק האט געענדיגט די צוויי-הונדערטסטע מאל משניות, אזוי זענען געקומען צו פליען פילע באמבעס און מיסילס און געפאטשט אין פנים פאר די פארזאמלטע וואס האבן זיך געפרעגט "וואו בין איך אויף דער וועלט?"

 
יעצט ווען מען האלט שוין נאך יום טוב, דאנקט מען דעם אייבערשטן אז דער יום טוב איז אריבער מיט א געוואלדיגע געהויבנקייט און הצלחה, און מען גייט אהיים אנגעפילט די רענצלעך מיט ישועות און רפואות, פאר זיך די משפחה און גאנץ כלל ישראל.