געלויבט דעם אויבערשטן אז די מוסדות בליען און וואקסן, די קינדער שטייגן אין תורה עבודה און גמילת חסדים, די געטרייע איינגעשטעלטע, אין די אדמיניסטראציע, די הנהלה, מנהלים, מלמדים, טיטשערס, פרינציפלס, מגידי שיעור, לייגן אריין זייער הארץ און נשמה אין אונזערע קינדער זיי זאלן וואסן געזונט ברוחניות ובגשמיות, מען גרייט זיי צו צום לעבן, מען איז זיי מחנך צו אהבת התורה, אהבת השי"ת, אהבת המצוות, ב"ה די פירות זענען מעיד פאר זיך, בחורים און אינגעלייט וואס זענען דבוק צום אויבערשטן, צו צדיקים, און פרייען זיך מיט זייער אידישקייט.
 
פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז געווען זייער א שווערע ווינטער, אלע האבן געזען די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין די לעצטע חדשים, אזוי אויך האט מען געהערט ביי די דרשות, ווי דער ראש ישיבה פארציילט פון די גרויסע נסים וואס ער האט געהאט, ווי ער האט נישט געהאט צו באצאלן טאג נאך טאג, און ווי ער האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים נישט פארלאזן, און עס איז געשען נסים אז אומגעראכטן איז אריינגעקומען געלט. 
 
יעצט ווען מען גרייט זיך צו פסח, דארף די הנהלה דעקן פעיראל פון איבער דריי הונדערט טויזענט דאלער נאר פעיראל אליינס, און אזוי ווי עס איז געווען אן אויסנאם שווערע יאר, די אווערהעד איז געווען זייער גרויס, פארשידענע הכנסות זענען פארלוירן געגאנגען, מאכט מען צוליב דעם א שטערקערע קאמפיין. מען מוז אנקומען צו יעדע פון אנשי שלומינו זאלן זיך אנשטרענגען, און מיטן אויבערשטענ'ס הילף דעקן דעם גרויסן לאך.
 
דער יעצטיגער קאמפיין האט מען אויסגעשטעלט אז עס לויפט פער מלמד, דאס וועט געבן א געלעגענהייט צו געבן געלט אויפן חשבון פון זייער קינד'ס מלמד. מען האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון די מלמדים אנגהויבן פון די שטעטל ווי עס זענען פארהאן די קלאסן פון הרב יעקב יאקבאוויטש און הרב ארי לונגער, הרב בערל שניצלער, הרב אשר קרויס, הרב יואל משה פליישמאן, הרב הערשל שניטצלער, הרב נחמן נתן קרויס, און הרב יחזקאל סאמעט. אין וויליאמסבורג זענען דא די קלאסן פון הרב יעקב איידליס, הרב נחמן ניישטיין, הרב ישעי' איידליס, און הרב דוד פוקס. אין קרית יואל זענען דא די קלאסן פון הרב יואל טייטלבוים און הרב לוי יצחק ווערטהיימער. אין ישיבה קטנה איז דא די כתה פון הרב יוסף שניטצלער. מען דארף אויפטרייבן אכצן א האלב טויזנט דאלער פאר יעדע מלמד, און מען קען אפקויפן די זכות פון פינף טויזנט דאלער פער מלמד, טויזענט דאלער, אדער פינף הונדערט דאלער. ווארטס נישט ביז דער מנהל רופט אייך, רופט אים שוין אויף 917-578-0495. און קויפט אייך די זכות פון אייער מלמד.
 
דער קאמפיין האט זיך אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס בעצם יום טוב פורים ווען דער מנהל האט ארום געשיקט א ראבא קאל און מעודד געווען אנשי שלומינו צו גיין נאך געלט, ברוך השם אז דער ציבור איז ווארעם, פילע אינגעלייט האבן אריינגעברענגט נדבות פון טויזענט דאלער וואז זיי האבן צוזאם געשטעלט אום יום טוב פורים
 
דער ראש ישיבה שרייבט היינט אין א בריוו פארן מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א:
 
איך בעט דיר זייער זאלסט צוזאם נעמען צדקה פון אנשי שלומינו פאר די מוסד, מיר דארפן יעצט גרויסע ניסים צו קענען דעקן די מלמדים טיטשערס איינגעשטעלטע פאר ביז פסח, מיר דארפן א פערטל מיליאן דאלער.
 
דער אייבערשטער האט געמאכט דעם ווינטער גאר גרויסע ניסים, אנהייב ווינטער האט מיר אויסגעזען אז איך וועל נישט קענען צאלן די מלמדים, עס איז מיר ממש טונקל געווארן, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון, נאכדעם וואס די לעצטע פאר יאר האט די רעגירונג געהאלפן די מוסדות צוליב די קאראנע, עס איז געווען פארשידענע פראגראמען, אבער אנהייב דעם יאר האט מען אלעס אפגעשטעלט, און איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף מיר, און חסדי השם יתברך עס איז געווען נסים יעדע וואך צוויי האבן מיר באקומען גרויסע געלט אין די פאסט דורך א נדבן, און אזוי האבן מיר געקענט אריבער גיין דעם ווינטער.
 
יעצט דארף איך דיין הילף, איך דארף דו זאלסט מיר העלפן אזוי ווי אלע יארן וואס דו האסט מיר אלץ געהאלפן דעקן די מלמדים, איך וויל זאלסט רעדן מיט אלע אנשי שלומינו פערזענליך זיי ווייזן אונזערע ביכער, איך האב נישט קיין סודות, איך וויל אלע זאלן זען די חשבונות וויפיל עס קומט אריין פון שכר לימוד, און וויפיל עס קומען פון די פראגראמען, און וויפיל די וועכענטליכע געהאלט איז, זאלן אלע זען די הוצאות און די הכנסות, זאלן זיי זען אז אין הבור מתמחלא מחליותו, ואין הקומץ משביע את הארי.
 
איך בעט דיך זייער, אם קטן אתה בעניך ראש שבטי ישראל אתה, האלט זיך נישט קליין דו האסט די כחות צו העלפן די מוסד, אנשי שלומינו געטרויען דיך, אלע ווייסן דיין גראדקייט אז דו זאגסט אמת, און מען שפירט גוט ווען די צדקה גייט דורך דיר.
 
זמן חרותינו - מקרא קודש