שטייענדיג מיט ביידע פיס אין די שלשים יום קודם לחג הפסח, טרעפן זיך די מנהלי המוסדות און דער חשובער אדמיניסטראטאר אין אן אייגענארטיגע מצב, פון איין זייט בליען די מוסדות קיין עין הרע, עס קומען צו כסדר פרישע קינדער, מען עפענט פרישע קלאסן, מען נעמט אויף פרישע מלמדים און טיטשערס, אבער פון די אנדערע זייט איז דורך א שווערע ווינטער, מען פלאגט זיך ממש טאג טעגליך צו דעקן דעם בודזשעט, כאטש וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען צו צאלן אין צייט האט מען אנגעהויבן צו ווערן אינטערשטעליג מיט די מאגערע געהאלטן פון די געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס.
 
פאריאר, זאגט אונז דער מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א איז דער מלמדים קאמפיין ערב פסח געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה, ווען די מלמדים קאמפיין האט געדעקט איבער צוויי הונדערט טויזענט דאלער, וואס האט באוויזן בסייעתא דשמיא גענצליך אראפ צו נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, און האט געהאלפן גענצליך באצאלן אלע איינגעשטעלטע אין די מוסדות אויף יום טוב.
 
אבער די הצלחה פון פאריאר איז נישט ממש גענוג פאר היי יאר, נאך א דרינגענדע זיצונג פון די הנהלה, מיט די אדמיניסטראטאר פון די מוסדות צו מאכן א גרעסערע ציל פארן קאמפיין, נאכדעם וואס עס איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע ווינטער אויף די מוסדות פון א פינאנציעלער שטאנדפונקט, האט מען געזען אז כדי צו קענען דורכמאכן דאס יאר און באצאלן אלע מלמדים און טיטשערס דארף מען אויפקומען מיט איבער פיר הונדערט טויזענט דאלער, כדי זיך צו קענען דעקן, און ווי אלע יארן האט זיך דער מנהל אריינגעלייגט אינעם קאמפיין, און רופט ארום אנשי שלומינו זיי צו מזכה זיין מיט די גרויסע זכיה פון צאלן אונזערע טייערע מלמדים און טיטשערס וואס זענען איבערגעגעבן א גאנץ יאר פאר די קינדער בלב ונפש, געבן זיך איבער מיט'ן גאנצן הארץ זיי צו אנגרייטן פארן לעבן, אריינלייגן אין זיי אמונה, יראת שמים, מידות טובות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אינגעלייט און איבערגעגעבענע מאמעס.
 
דער מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א זאגט אונז אז ער איז איבעראשט און איבערגענומען פון די ווארימקייט מיט וואס אנשי שלומינו נעמען אים אויף, אלע ווייסן אז עס קומט א קאמפיין און ערווארטן דעם יערליכן רוף, און רופן זיך אן מיט גרויס ווארימקייט.
 
די מוסדות ברוך השם וואקסן און בליען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די צופרידענע עלטערן ווי שטארק די קינדער שפירן ווי זייערע מלמדים און מחנכים האבן זיי ליב און זענען איבערגעגעבן בלב ונפש, די עלטערן שעפן הויפנס פון נחת ווי די קינדער שטייגן בתורה ויראת שמים, זיי לעבן מיט א ריינע אמונה, האבן ליב תורה ומצוות, וואקסן און שטייגן מיט מידות טובות, זיי ווערן אנגעגרייט צום לעבן, עס קומען כסדר צו נאך און נאך קינדער, מען דארף כסדר צובויען נאך בנינים און נאך קלאס צימערן, נאך באסעס, נאך מלמדים, נאך טיטשערס און אזוי ווייטער, און מיט דעם וואקסט דער בודזשעט, און מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף וועט מען אויך היי יאר אין די שווערע מצב הפרנסה אויך קענען באצאלן די טייערע מסירת נפש מלמדים, זיי זאלן קענען צוגיין צום יום טוב מיט הרחבת הדעת.
 
אנשי שלומינו ווארטן אפילו נישט דער מנהל זאל זיי רופן, מען רופט אן דעם מנהל הר"ר אברהם משה שליט"א אויף 917-578-0495 און מען איז זיך משתתף מיט שיינע נדבות, און בזכות זה וועט דער אייבערשטער אונז אלע בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, בני חיי ומזוני סייעתא דשמיא. אויב דער מנהל הייבט נישט אויף זאל מען ביטע לאזן א מעסעדזש.