פאריגע וואך דינסטאג האט די שטאט מאנסי געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז געקומען באזוכן אנשי שלומינו אין שטאט, וואס ווארטן שוין א לאנגע צייט אויף אזא באזוך.
 
דער ראש ישיבה איז געקומען פערזענליך באטייליגן צום שיינעם מסיבה פארן כולל היכל הקודש וואס מו"ה מענדל באלאבאן הי"ו האט צוגעגרייט ביי זיך אין שטוב, ביים ראש ישיבה איז זייער חשוב דער כולל וואו אינגעלייט זיצן א גאנצן טאג און לערנען, און אינאיינוועגס אויך אריינכאפן צו מחזק זיין אנשי שלומינו וואס וואוינען אין מאנסי.
 
ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם כולל, דא זיצן נישט קיין אינגעלייט וואס דארפן דא זיצן ווייל אזוי איז די סיסטעם אז נאך די חתונה גייט מען אין כולל. ווייל א אינגערמאן נאך די חתונה דארף גיין ארבעטן און שפייזן זיין שטוב. "נאר אויב א אינגערמאן וויל באמת לערנען, און ער מיינט עס אמת'דיג, וועל איך אים אריינלאזן אין כולל" האט דער ראש ישיבה געזאגט.
 
דער ראש ישיבה האט שטארק מחזק געווען דעם גרויסן ציבור אנשי שלומינו וואס איז געקומען, זיי זאלן זיין שטארק מיטן התקרבות צום רבי'ן. אבער ביים רבי'ן פעלט אויס "אמונה מיט תמימות", נאר אזוי קען מען מצליח זיין ביים רבי'ן.
 
אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די "נייעס און מידיע" וואס מאכט משוגע מענטשן יעדן טאג. "אנשטאט אויסהערן די נייעס בשעת מען עסט נאכטמאל, רעד צו דיין ווייב וואס ווארט שוין אויף דיר זאלסט אהיימקומען!" האט דער ראש ישיבה געזאגט.
 
דער באזוך פון ראש ישיבה האט איבערגעלאזט א גרויסע רושם אויף אלע באטייליגטע.
 
אין לו להקדוש ברוך הוא אלא ד' אמות של הלכה בלבד