דער בארימטער בית התבשיל אין שטעטל, אנגעפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט מו"ה אהרן שלמה שווארץ נ"י, איז אויפגעשטעלט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א מיטן ציל אז קיינער אין שטעטל זאל חלילה נישט בלייבן הונגעריג.
 
במשך דעם גאנצן יאר טיילט דער בית התבשיל אויס גרויסע קוואנטומס עסן דורך וועכנטליכע חלוקות וואס קומען פאר יעדן פרייטאג ביים בנין פונעם בית התבשיל. צענדליגער משפחות קומען יעדן וואך און זענען זיך מחי' מיט די פראדוקטן און גרייטע עסן וואס מען קען דארט אויפפיקן. אין די לעצטע תקופה האט מען אנגעהויבן ארבעטן אויף א נייע פראיעקט אויפצויבויען א קאך, וואס דארט וועט מען טעגליך קאכן פרישע און נארהאפטיגע עסן.
 
ווען עס קומט די צייט פאר פסח, גייט דער בית התבשיל אריין אין א פראיעקט וואס עס איז כמעט נישט מעגליך אראפצולייגן אויפן פאפיר.
 
עס הויבט זיך אן מיט די גרויסע חלוקה, וואו רוב שטעטל קען קומען אפנעמען פלייש, אייער, פאטעיטאס, גרעיפ דזשוס און עפל וויפיל מען דארף, אן קיין שום לימיט אויפן סכום; דאס אלעס ווערט געגעבן "הונדערט פראצענט" בחנם אן קיין אפצאל. דער בית התבשיל האט פארטיילט איבער 4,000 פונט פלייש, 200 באקסעס גרעיפ דזשוס, 280 באקסעס אייער, 140 באקסעס עפל, 150 באקסעס פאטעיטאס, און 225 גרויסע זעק צוויבל.
 
אזוי אויך גיבט דער בית התבשיל א גאנצע "אכציג פראצענט" הנחה ביים פיש געשעפט אין שטעטל. דאס יאר האט מען דורך דעם פארטיילט איבער 5,000 סלייסעס פיש.
 
נאך א קאסטבארע פראיעקט פונעם בית התבשיל איז געווען די גראסערי קארטלעך, וואו משפחות וואס האבן געבעטן הילף האבן באקומען א "קעש קארטל" צו נוצן אין די גראסעריס. די קארטלעך האבן געקאסט פארן בית התבשיל "איבער הונדערט טויזנט דאלער."
 
אזוי אויך ברענגט דער בית התבשיל פאר משפחות פונעם שטעטל "הארדוועיר" דעליווארט ביז צום טיר, פאר פרייזן וואס ווערן באצייכנט אלס אונטערן קאסט-פרייז. דער גאנצער קאמפיין האט געקאסט פארן בית התבשיל איבער "צוויי הונדערט טויזנט דאלער."
 
דער גרויסער בודזשעט איז געדעקט געווארן דורך חשוב'ע נדיבים בעם וואס האבן דעם שטארקן געפיל וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אלע תלמידים צו העלפן א צווייטן איד. אזוי אויך ווייסן אלע אנשי שלומינו די גרויסע זכיה וואס מען האט צו קענען העלפן דעם בית התבשיל, ווי מיר האבן געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש זצוק"ל.
 
טאקע פארדעם האט דער ראש ישיבה באשטימט דעם גרויסן טאג ג' אייר, יום הילולא פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אפצורעכטן א יארצייט סעודה לעילוי נשמתו, אלס א צייט פון הכרת הטוב פאר די וואס האבן ביישטייערט גרויסע סכומים פארן פסח קאמפיין פונעם בית התבשיל.
 
די יארצייט סעודה וועט פארקומען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א אויף א פריוואטן פארנעם און וועט נישט זיין אפן פארן פובליק. דער בית התבשיל האט אנגעגרייט א רייכע פראגראם מיט א פולע סעודה פאר אלע חשוב'ע משתתפים וואס טוען דאס וואס דער גרויסער צדיק האט געטון אלע זיינע יארן - צו געבן עסן פאר אידישע קינדער.
 
פאר די וואס ווילן נאך אנטיילנעמען און אנגיין מיט א שותפות מיטן בית התבשיל פארן יארצייט סעודה, זאלן זיך פארבינדן מיט מוה"ר שמואל אייכענשטיין נ"י אויף 917-589-3382.