קרעדיט הר"ר אשר יעקב בלום הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו
מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין וויליאמסבורג צו זייער א שיינע מסיבה, אין שטוב פון מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון העלפן די הייליגע מוסדות, און געבעטן מען זאל צוזאם נעמען געלט פון די באקאנטע און קרובים, אויך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו און מו"ה ארי פיש הי"ו אנפירער פון דעם קאמפיין אויפגעטרעטן.
דערנאך האט מען געטיילט שיינע מתנות אלץ הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אריינגעברענגט סכומים ביים פאריאריגן פרוטה'לעך קאמפיין, דערנאך האט מען געזינגען שיינע ווארימע ניגונים אינאיינעם.
אין קרית יואל איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת הכרת הטוב דינסטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה זושא שטראה הי"ו מראשי הקהילה ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, ווי ער מיט זיין זון מו"ה שלמה הי"ו האבן צוגעשטעלט א הערליכע מסיבה, עס איז זיך צאמגעקומען א שיינע ציבור וואס האבן די זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פון קרית יואל און מאנסי, מ'האט געשמאק פארברענגט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, מ'האט ארויסגעברענגט שיינע געדאנקען איבער די גרויסע זכיה און די מתנה וואס מיר האבן אז מיר קענען העלפן די הייליגע פלאץ וואס געט אונז "לופט צו אטעמען" און שכל וויאזוי צו קענען האבן א גוטע לעבן מיט אייבערשטן אויף דער וועלט.
עס האבן אויך אויפגעטרעטן מו"ה ארי פיש הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו וואס האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון אלע אינגעלייט וואס העלפן ארויס דעם הייליגן פלאץ.
דערנאך האט מען געטיילט מתנות און פּלעקס פאר די אינגעלייט וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם קאמפיין פאר די מוסדות בשנת תש"פ.
ורוח הקודש אומרת כן יפרה וכן יפרוץ
📰 דער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" תשפ"א
📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן
🔗 עפענט אייער אייגענע "טעים"
💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
📸 די עקסנים אין ארץ ישראל נעמען אנטייל אינעם קאמפיין
📸 מסיבת הכרת הטוב אין ווילימאסבורג
🎞️ מסיבת הכרת הטוב אין וויליאמסבורג
🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א