מסיבת הכרת הטוב דורך די רענט קאמפיין
ז אדר תשפ"ג 📝
דער זיבעטער יערליכע מסיבה דורכן אלעמען באקאנטן "רענט קאמפיין" איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת תרומה אין ישיבה, בהשתתפות דער ראש ישיבה שליט"א, צוזאמען מיט אנשי שלומינו פון אלע שטעט.
צום ערשט איז ארויפגעקומען דער יושב ראש מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו וואס האט געעפענט דעם מלוה מלכה מיט הערליכע ווארעמע דיבורים, ארויסברענגענדיג די פילע פעולות פונעם רענט קאמפיין וואס ווערט געפירט דורך די צוויי חשובע אינגעלייגט מו"ה אשר דוב אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו.
דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מוצאי שבת קודש, צווישן איין זמר און צווייטן האט מען ארויפגערופן דעם אלעמען באקאנטן משמח אלקים ואנשים מו"ה ישראל מיכל ראזענפעלד הי"ו וואס מיט זיין געשמאקע הומאריסטישע שפראך האט ער נישט אנטוישט דעם עולם. ר' מיכל האט זיכער געמאכט אז אלע האבן א שמייכל אויפן פנים און גייען ארויס פרייליך, און פארשטייט זיך מיט א מוסר השכל אויף למעשה.
שפעטער האט מען מיטגעהאלטן א לייוו פאנעל פון דעם באקאנטן "חמין במוצאי שבת" פראגראם פון קול ברסלב, וואס ווערט געפירט יעדע וואך דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו אינאיינעם מיט מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו וואס פארציילט סיפורי צדיקים מיט מו"ה משה עקשטיין הי"ו וואס פירט אן אין שטעטל אן ארגענעזאציע צו גיין באזוכן אידן אין תפיסות.
יעצט לכבוד דעם מעמד האט מען ארויפגעברענגט ר' אהרן, ר' יעקב, און ר' מנשה לייוו אויפן בימה, ווי מען האט פארפירט א שיינעם שמועס צוזאמען אזוי ווי יעדע וואך, ר' מנשה האט פארציילט הערליכע סיפורים פון צדיקים וואס די יארצייט געפאלט דעם וואך.
סוף פונעם פאנעל האט מען געמאכט א גורל ווער וועט קענען פרעגן א שאלה לייוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, א זאך אויף וואס ער וואלט שוין לאנג געוואלט הערן דעם חוות דעת פונעם ראש ישיבה, דער געוואונער איז ארויסגעקומען מו"ה לייב אפפעל הי"ו, וואס האט געפרעגט דעם ראש ישיבה צי מען דארף אריינקומען שמחת תורה אין שטאט, און געזאגט אז עס טוט זיך אויף דעם גאצעטע דעבאטעס א גאנץ יאר, ובפרט פאר שמחת תורה, דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז ער גייט יעצט פארלערנען ברבים דעם לעצטן דף גמרא פון ירושלמי מסכתא פאה, און אינדערצווישן וועט מען פארענטפערן די שאלה.
דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם לעצטן דף און געמאכט דעם סיום, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אנשי שלומינו מען זאל לערנען יעדן טאג א דף גמרא בבלי, און אז מען קען זאל מען לערנען אויך יעדן טאג א דף גמרא ירושלמי, וואס דאס איז א זיכערע אינוועסטמענט וואס קיינער קען דיר נישט צונעמען. ליידער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - זענען דא אינגעלייט אין די קהילה וואס האבן שוין פארלוירן ריזיגע סכומים דורך פיפיגע שווינדלערס וואס האבן זיי אריינגענארט אין א פאסקע מיט פאלשע אינוועסמענטס וואס איז לא היה ולא נברא, אבער א דף גמרא - האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט - דאס איז הונדערט פראצענט פארזיכערט.
ביים סוף האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שאלה צי מען זאל אריינקומען אין שטאט אויף שמחת תורה, האט דער ראש ישיבה געזאגט: "דאס איז זייער נישט קיין גוטע זאך צו קוקן אויף יענעם וואס יענער טוט, יעדער איינער דארף זען צו טון פאר זיך וואס ער האט צו טון, אז יענער פלאנצט איין ביימערלעך פארנט פון זיין הויז אפילו ער זאגט אז דער ראש ישיבה האט אים עס געהייסן טון, מיינט נאכנישט אז דו דארפסט דאס נאכטון, יעדער איינער זאל טון וואס ער פארשטייט וואס איז גוט פאר אים." דער גאנצער הערליכע שמועס קען מען זען אויף ברסלב סענטער וועבסייט, און מען קען עס הערן אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין.
דערנאך האט מען אויסגעטיילט מתנות פאר די אלע נדבני פרנס החודש, און פאר די אלע וואס געבן שיינע נדבות במשך דעם יאר איז געווען אויסגעלייגט אינדרויסן פון בית המדרש שיינע מתנות.
אלע באטייליגטע האבן באקומען דעם נייעם קונטרס "אויף שמחות" וואס איז יעצט צום ערשטן מאל ארויס פון דרוק. דער מסיבה וועט זיכער בלייבן אין זכרון פאר א לענגערע צייט ביי אלע משתתפים.