מסיבת הכרת הטוב דעם פארגאנגענעם מוצש"ק
ח אדר תשפ 📝
דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק זענען פילע אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת "הכרת הטוב" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך די גאנצע יאר.
די "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וועלכע טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט פאר'ן בנין פון די הייליגע ישיבה. די צוויי חשובע אינגעלייט ווערן אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט יעדן חודש דורך אנשי שלומינו, וועלכע שפירן א זכיה צו קענען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט, וואס מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה און תפלה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן.
צום ערשט האבן גערעדט עטליכע בעלי דרשנים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט אויסגעטיילט מתנות פאר אלע נדבנים, דער עולם האט זייער הנאה געהאט פונעם הערליכן געשמאקן פראגראם.
עזוב תעזוב עמו
בילדער