גרשון קרעמער
 
ווי יעדעס יאר גרייטן זיך אנשי שלומינו מיט גרויס התרגשות צום יערליכן מסיבת הכרת הטוב, וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די בארימטע הנהלה פונעם "רענט קאמפיין". די מסיבה וועט פארקומען קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פרשת ויקרא, אין די זאלן פון עטרת מייזעלס אין קרית יואל.
 
דער "רענט קאמפיין" איז געגרינדעט געווארן מיט איבער פופצן יאר צוריק מיט א העכסט וויכטיגן ציל. ביז דאן האט דער ראש ישיבה שליט"א, אויסער דעם שווערן עול פון פירן די ישיבה און משפיע זיין אמונה אין אידישע קינדער, אליינס געטראגן דעם גאנצן פינאנציעלן עול פון צאלן די רענט פאר די מוסדות. זעענדיג דעם מצב, זענען די געטרייע עסקנים מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו אריינגעשפרונגען אינעם פראיעקט און געעפענט דעם "רענט קאמפיין", מיטן ציל צו דעקן די הויכע רענט-קאסטן פונעם צענטראלן בנין הישיבה און בית המדרש אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, און אזוי ארום אראפנעמען דעם שווערן עול פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
דאס איז אבער געווען בלויז דער אנהויב. לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א האט די הנהלה אויסגעברייטערט אירע טעטיגקייטן במשך די יארן, און היינט צו טאגס דעקט דער רענט קאמפיין די שכירות פאר פילע אנדערע פלעצער, אריינגערעכנט די בתי מדרשים אין מאנסי, לינדען, און בארא פארק.
 
אויסער די חודש'ליכע רענט, שטייט דער מוסד כסדר צו דער רעכטער האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א און דעם ציבור דורכאויס דעם גאנצן יאר. זיי העלפן דורכפירן פילע וויכטיגע פראיעקטן; ספעציעל ווען עס קומט צום הייליגן קיבוץ אין אומאן, זענען זיי דא מיט'ן גאנצן הארץ און ספאנסערן פילע וויכטיגע סערוויסעס לטובת אנשי שלומינו.
 
די מסיבה ווערט צוגעשטעלט דורך די עסקנים מיט'ן ציל ארויסצווייזן הכרת הטוב פאר אלע שטיצער. אבער צווישן אונז גערעדט (איך האף אז די עסקנים וועלן מיר מוחל זיין פאר'ן שרייבן), איז דאס א זעלטענע געלעגנהייט פאר יעדן יחיד באזונדער אויסצודריקן זיין דאנק פאר די איבערגעגעבענע עסקנים וואס טראגן דעם עול לשם שמים. דורך זייער ארבעט קען דער ראש ישיבה זיין פריי זיך אפצוגעבן מיט אונז — געבן שיעורים, פירן די מוסדות, שרייבן בריוו און ספרים, און אונז מדריך זיין אויפ'ן דרך הישר וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויסגעטרעטן.
 
די טירן וועלן זיך עפענען אום 8:00, מען וועט סערווירן א רייכע נאכטמאל און זיך וואשן צו א סעודת ראש חודש. דער דיין שליט"א וועט אויפטרעטן אום 8:30, מען וועט הערן געשמאקע דיבורים פון מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו, און דערנאך וועט מען הערן דעם שיעור ליל שישי דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אום 10:30. ברכת המזון וועט זיין בעז"ה אום 11:30. אלע באטייליגטע וועלן באקומען בעז"ה א שיינע מתנה, און עס וועט פארקומען א סורפרייז פראגראם פון וואס אלע וועלן בעז"ה הנאה האבן.

 
אלע באטייליגטע וועלן אי"ה באקומען א שיינע מתנה און הנאה האבן פונעם רייכן פראגראם. עס ווערט ערווארטעט א ריזיגער ציבור וואס וועט קומען שטיצן דעם הייליגן צוועק, כדי די עסקנים זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער הייליגער ארבעט.