מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין מוצש"ק תרומה הבעל"ט
כא שבט תשפ"ג 📝
די געטרייע עסקים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים.
מיט עטליכע יאר צוריק האבן די געטרייע עסקנים מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה מארקוס הי"ו אראפגענוןמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע.
זיי האבן געזאגט פארן ראש ישיבה אז זיי נעמען איבער דעם עול, און זינט דאן האבן זיי ברוך השם מצליח געווען אין מיט די הילף פון אנשי שלומינו וועלכע שטרענגען זיך אן יעדן חודש און באשטייערן שיינע סכומים פאר די רענט.
ווען עס האט זיך געעפענט דער נייער בית המדרש אין בארא פארק, וואס איז א געדינגענע פלאץ, האבן זיי עס אויך גענומען אויף זיך אויף די פערזענליכע בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א.
די עסקנים האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור, און ווילן כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדברים, דערפאר האבן זיי פאררופן א מסיבת הכרת הטוב אויפן קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת תרומה, אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג.
און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע חיזוק שמועס, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.