די געטרייע עסקנים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים.
 
אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב פאר די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וועלכע האבן אראפגענומען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בניני הישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט און כח פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע.
 
אנשי שלומינו ווייסן און פארשטייען די שווערע אונטערנעמונג וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען און פירן אויס מיט געטריישאפט מדי חודש בחדשו, און דעריבער שטרענגט מען זיך אן יעדן חודש און מען געבט צושטייער שיינע סכומים פאר די רענט.
 
די רענט קאמפיין שפירט א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור וואס העלפט אזוי שיין ארויס, און דעריבער ווילן זיי כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדבנים, און דעריבער איז פאררופן געווארן די יערליכע מסיבת הכרת הטוב אויפ'ן קומענדיגן דאנערשטאג נאכט פרשת תרומה הבעל"ט, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אדר, אין די פראכטפולער זאל "עטרת מייזעלס" אין קרית יואל, אויף 6 י"ד גאלדבערגער דרייוו.
 
אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפרעכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות פאר אלע נדבנים.
 
היי יאר ווארטן אנשי שלומינו שטארק ארויס אויף א ספעציעלע שיעור וואס דער דיין שליט"א וועט געבן, ווי ער וועט איבערגעבן הלכות "מעשר כספים" אויף א קלארע און פראקטישע אופן, און מען זאל ארויסגיין מיט א קלארקייט איבער דעם גאנצן נושא.
 
דער משא המעמד וועט געגעבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א וועלכע וועט איבערגעבן דארט ביים מסיבה דער וועכנטליכן ליל שישי שיעור, און וועט אונז צוגרייטן צו די פרייליכע חודש אדר, און צו די לעכטיגע יום טוב פורים הבעל"ט, וויאזוי מיר קענען אויסנוצן די טעג אויפן בעסטן אופן.
 
די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטנס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט 8:15 אויף דערנאכט, וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטאציע פון שטעטל.
 
דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.