מסיבת הכרת הטוב פאר תומכים פון מוסדותינו הקדושים
ה שבט תשע"ח 📝
נעכטן מוצש"ק זענען זיך צוזאם געקומען פילע אנ"ש צו א סעודת מלוה מלכה אין היכל הביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג ווי עס געווען צוגעגרייט אן עלעגאנטע מלוה מלכה, ווי עס זענען באערט די אלע וואס נעמען א חלק און העלפן צו א גאנץ יאר אז די הייליגע ישיבה זאל קענען אנגיין. עס זענען פארטיילט געווארן שיינע מתנות און פלעקס פאר די חשובע תומכים.
דער יושב ראש איז געווען מו"ה מיכל ראזענפעלד נ"י, מחשובי אנ"ש בוויליאמסבורג, וואס האט מיט זייך געשמאקער שפראך שיין ארויסגעברענגט דער באדייט פון דעם נאכט. "אמאל בין איך געגאגען אין א געשעפט", האט ער פארציילט "איך האב זיך געקויפט א סענדוויטש – א פשוטער ביליגער פלייש סענדוויטש. א חבר וואס איז געווען מיט מיר האט אויך געקויפט א סענדוויטש, ער האט געקויפט א טייערע סענדוויטש מיט גרילד פלייש. פרעגט ער מיר "וואס איז מיט דיר? פארוואס קויפסטו נאר דאס?", "איך בין אין די ליין", האב איך אים געענטפערט, "פרישע פלייש איז געשמאק האט נישט קיין עקסטערע צונעמען, ווען פלייש ווערט א טאג אלט, געט מען עס א נאמען "אווערנייט", און מען בעט שוין דערפאר אביסל מער כדי עס זאל האב א חשיבות. ביי דריי טעג אלט, מוז מען עס שוין גרילן און מען פארקויפט עס אלץ טייערע "גרילד פלייש", אז עס איז שוין פיר טעג אלט, מאכט מען עס שוין פיקלט, און אזוי ווייטער וואס שוואכערע סחורה, געט מען עס אנדערע און מער פענסי נעמען. און דער עולם כאפט עס. איך ווייס וואס טוט זיך דערביי ווייל בין אין די ליין. דעפאר האב איך געקויפט פשוט פריש און ביליג", האט דער יושב ראש אויסגעפירט: "אנדערע ישיבות מוזן פארדעקן זייערע שוואכקייטן, ארבעטן זיי אויף דעם "אימעדזש", עס מוז האבן א "נאמען" פון א "גוטע ישיבה", דערפאר מוז יעדער גיין אנגעטון די זעלבע, אלעס מוז קלאפן פאר די פיקטשער, וואס טוט זיך אונטער דעם? ווייסט איין באשעפער. דא אבער" האט דער טשערמאן צוגעענדיגט זיינע פערל ווערטער "איז דא פרישע סחורה! דא דארף מען נישט די אלע פענסי לעיבלס, ווייל עס איז נישטא נאך א פלאץ אויף דער וועלט, ווי מען קען שעפן אזעלכע התחתקות עצות, און שכל".
דערנאך האט אויפגעטרען דער נואם הכבוד הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א, מחשובי אנ"ש פון בארא פארק, וואס האט ארויסגעברענט אז פארוואס ביי אלע ארגענעזאציעס גיסט זיך געלט אין די מיליאנען? ווייל אלע מאכן וויינען, די געפילן עפענען זיך, און דערמיט די בערזלעך. אבער דא מאכט מען יעדעם פרייליך, עס זעט אויס ווי עס גיסט זיך דא געלט.. "אפשר" האט ער געזאגט "וואלט מען דא אויך געדארפט אויסלעשן די לייטס, אראפברענגען איינעם וואס זאל אראפלייגן ווי ער געליגן קראנק אויף א שרעקליכע מחלה אויף די אויגן (שמירת עינים) און דערנאך האט זיך די מחלה צעשפרייט אויף די נאז (כעס) און דערנאך צום מויל, אויער א.א.וו. די שלום בית איז צעפאלן, די קינדער גייען א גאנג, ביז דער אייבישטער האט געהאלפן אז ער האט געהערט אז אויף סקילמאן אז דא א דאקטער, און ער האט אנגעהויבן נעמען טריטמענטס, קודם יעדע מאנטאג נאכט א דאזע, דערנאך משניות, חומש רש"י, גמרא, א.א.וו. צוביסלעך צוביסלעך האט ער זיך אנגעהויבן אויסהיילן פון איין קרענק נאך די אנדערע, ער האט אנגעהויבן אלעס צו בעטן דעם אייבערשטן, ער האט אנגעהויבן האבן געדולד צו זיין ווייב און קינדער, די אויגן, די נאז די מויל, אלעס האט זיך אויסגעהיילט".
דערנאך האט דער טשערמאן צוריק גענומען דאס ווארט און געזאגט אז באמת וואלטן מיר געדארפט מאכן א מיסבת הכרת הטוב פאר שבתי מארקוס און ר' אשר בער אינדארסקי, וואס זענען זיך מוסר נפש אז די מוסדות בודשעט זאל זיין באצאלט יעדע חודש, נישט אז זיי דארפן אונז מכיר טובה זיין.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט, דער ראש ישיבה האט ארויס געברענגט רגשי לבבו די הכרת הטוב וואס ער האט פאר יעדן באזונדער פארן ארויסהעלפן אזא הייליגע פלאץ פון וואו עס קומט ארויס א התחזקות פאר די גאנצע וועלט ממש. "ליידער" האט דער ראש ישיבה געזאגט "זענען מענטשן נישט באקאנט אין די גרויסקייט פון היכל הקודש, און עס שפירט זיך נישט א חשיבות צו געבן פאר דעם מקום קדוש, ממילא מוז מען אנקומען נאר צו די הילף פון די תלמידים וואס זיי ווייסן שוין זייער גוט וואס דעי הייליגע פלאץ האט זיי געטוישט דעם לעבן מקצה אל הקצה". איין עסקן האט זיך אמאל אויסגעדריקט פארן ראש ישיבה שליט"א "איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט נישט א גרויסע קאמפיין צו אויפטרייבן גרויסע סכומים פאר דעם פלאץ, דו האסט דאך סחורה וואס צו פארקויפן! א ישיבה, א חדר, א סקול, א בית הדפוס, און אזוי ווייטער?", "איך" האט דער עסקן געזאגט "האב דאך גארנישט, און איך מאך 4 מיליאן דאלער א יאר פאר מיין מוסד!". האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, "עס גייט נישט אזוי, פאר היכל הקודש דארף מען האבן אן עקסטערע זכיה צו געבן".
אויך האט די ראש ישיבה ארומגערעדט אז דעי פלאץ איז כולל אין זיך אלע מיני צוועקן: הכנסת כלה, ביקור חולים, העלפן ארימעלייט, א.א.וו. ווייל אין דעם פלאץ לערנט מען אויס וויאזוי חתונה צו האבן, וויאזוי מען זעט זיך ארויס פון א צרה, ווען מען פילט נישט גוט, און וויאזוי מען קען האבן פרנסה וכו' וכו'. ועל כולם די לימוד פון בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן וואס דאס העלפט פאר יעדע צרה.
דער ראש ישיבה האט אויך ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר יעדן אינגערמאן באזונדער, וואס יעדער האט א נקודה וואס ער העלפט ארויס די מוסד אויף זיין וועג, און ער האט זיך באדאנקט פאר יעדן עקסטער, און ארויס געברענגט די חשיבות פון זיך געפינען אין אזא הייליגע קהלה.
די ציבור איז אהיים מיט פרישע קבלות צו העלפן דעם הייליגן פלאץ ביתר שאת וביתר עוז.
בילדער פונעם מעמד הכרת הטוב