נעכטן מיטוואך אווענט, אור ליום כ"א כסלו זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור אנ"ש אין שטוב פון מו"ה אברהם יושע וועבערמאן הי"ו, צו פייערן דעם יום הצלה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צוזאמען מיטן סיום מסכת מנחות וואס ווערט פארגעלערענט יעדע נאכט דורך הר"ר בערל לעווי שליט"א אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 24 מעריוואלד לעין יעדע נאכט אום 9:00.
עס איז געווען צוגעגרייט א שיינע מסיבה מיט כלי זמר, דער עולם האט זיך צוגעזעצט  צו שיינע געדעקטע טישן, און מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט ארויסצוקומען זיך צו באטייליגן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז ביי אים די גרעסטע חשיבות דאס וואס אינגעלייט נאך די ארבעט רייסן זיך אראפ אפאר מינוט און קומען צו א שיעור אין גמרא, אז כאטש ער איז נאך זייער אויסגעמוטשעט פון זיין שווערע נסיעה צו ארה"ק און אומאן פון וואס ער איז נארוואס צוריק געקומען, "ביי מיר איז דאס די חשובסטע זאך", האט דער ראש ישיבה געזאגט.
מען האט זיך ארויסגעלאזט און א ריקוד פון "חסדי השם" און "בך בטחו", און נאך שיינע ניגונים פון הודאה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א לענגערע שמועס פאר די אינגעלייט און בע"ב, דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז "א בלאט גמרא א טאג, דארף זיין א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין", דערנאך האט ראש ישיבה געזאגט פארשידענע וויכטיגע דברי הדרכה פאר אינגעלייט נאך די חתונה וויאזוי מען פירט א שיינע לעבן בקדושה וטהרה. צו וואס פארא שיינע לעבן מ'קומט צו אז מ'לעבט מיט די תורה, אן צולייגן איבעריגע חומרות ופרושות אזוי ווי מוהרא"ש ז"ל האט אונז אויסגעלערענט. דער ראש ישיבה האט מחזק געווען דעם עולם אז מען זאל שוין מארגן אנהייבן מסכת חולין, וואס איז זייער א שיינע מסכת.
דערנאך איז זיך דער שיינער ציבור צוגאנגען אנגעשעפט מיט חיזוק ווייטער אנצוגיין בעזר ה' יתברך.
"בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו, בך בטחו ולא בושו"
בילדער
רעקארדיג פון דרשה