א שיינע ציבור קינדער און אייניקלעך זענען זיך צוזאם געקומען אין שטוב פון הגאון האדיר פוסק הדור קארלסבורגער רב שליט"א, נאכדעם וואס דער זיידע דער קארלסבורגער רב האט זיך צוריק געקעקערט פון ארה"ק נאכן זיין אין מירון פאר עטליכע וואכן.
דער ראש ישיבה און די מחותנים זענען אריבערגעקומען צום זיידן שליט"א, ווי עס איז געפאוועט געווארן א לחיים, און איז פארפירט געווארן א שיינע תורה'דיגע שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א.
דער זיידע דיין הרב הצעיר שליט"א האט אויפגטרעטן לכבוד די גרויסע שמחה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה, ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער אזוי שוין בלעה"ר.
דער קארלסבורגער רב שליט"א האט געזאגט דברי תורה און ווארים אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה שליט"א בזה הלשון "דער איביישטער זאל העלפן אז פון דעם שידוך זאלן ארויסקומען לעכטיגע דורות ישרים ומבורכים, לויטער אידיש נחת", און צוגעענדיגט מיט א ברכה פארן ראש ישיבה שליט"א, "דער אייבישטער זאל דיר שטענדיג באגלייטן, און זאלסט מצליח זיין מיט א שטארקע הצלחה מיט אלע דיינע תלמידים".
דערנאך איז דער עלטער זיידע שליט"א דורכגעגאנען ביי די עזרת נשים, און ווארים אנגעוויטשן פאר די כלה און שושבינין.
דער אייבישטער זאל העלפן פון דעם שמחה זאל נשפע ווערן שמחה און ישועות פאר אלע אידן.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים