די "רענט קאמפיין" געבט איבער אז זיי טוען איינלאדענען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת הכרת הטוב די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן צו צו באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות.
די מסיבה מסיבה וואס אנשפרעכט צו זיין מיט א הערליכע געשמאקע פראגראם פון וואס אלע וועלן בעז"ה זייער הנאה האבן וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצש"ק פרשת תרומה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט.
 
די רענט קאמפיין ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. און די אלע וואס לייגן צו א פלייצע און העלפן צו נעמען זיי מיט דעם אראפ דעם פינאנציעלע עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז זיינע תלמידים און אריינלייגן און אונז אלע תורה און תפלה און אונז געבן עצות און חיזוק אנצוגיין.