וואס א יאר שפעטער עס גייט דורך, ווערט די סגולה פון זאגן און ענדיגן יעדן טאג ביז ראש השנה גאנץ מסכת תענית, מער און מער באקאנט. עס איז שוין דורך פערצן יאר, זינט די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע, אבער די ברכה פון א צדיק האט נישט קיין עקספיירעשאן. מען זעט יעדעס יאר, ווי בחורים פאלגן דעם צדיק, און כאפן זיך צו די גמרא, און ווערן געהאלפן מיט שידוכים.
 
די מעשה פון וואס מיר רעדן האט פאסירט אין מחנה תפארת תורה, אינעם דריטן יאר פון די ישיבה, מען איז דאן געווען סטאנציאנירט אין א קעמפ אין עלענוויל ניו יארק.
 
די מצב אין ישיבה איז דאן געווען זייער שווער. מען זעט ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער יענע תקופה "דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו’, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן."
 
דער ראש ישיבה פלעגט כסדר מזכיר זיין די בחורים ביי מוהרא"ש זי"ע, און האט אים געזאגט "וואס וועט זיין? קיינער וויל נישט נעמען קיין בחורים פון ישיבה", מוהרא"ש פלעגט אים אבער אלץ מחזק זיין, "וועסט נאך זען - עס וועט קומען א צייט וואס די מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה". עס האט אויסגעזען ווי מוהרא"ש וויל אים פשוט מחזק זיין, מען האט נישט געקענט זען וויאזוי זאכן וועלן זיך קענען טוישן.
 
דער ראש ישיבה שרייבט דארט ווייטער אינעם בריוו "אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג’עקשנ’ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער. "
 
"איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא”ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא”ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא”ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב."
 
"ביי די דרשה האט מוהרא”ש געזאגט אזוי: “איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט”ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה”; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג”."
 
זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות, א געזונטע בחור וואס וויל חתונה האבן, טוט אלעס אויף דער וועלט ער זאל שוין טרעפן א שידוך, און דא הערט מען אן אויסגעפרואווטע סגולה פון א צדיק.
 
דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות ווי בחורים וואס נאכן מיטהאלטן די סדרי הישיבה, נעמען זיי זיך צו די מסכת תענית, אן דעם וואס איינער זאל זיי הייסן אדער שטיין אויפן קאפ, און זאגן אפ די גאנצע מסכת יעדן טאג, מיט די גרעסטע מאס עקשנות, און די ברכה פון א צדיק ווערט מקויים, ווען מען זעט יעדעס יאר גאר וואונדערליכע מעשיות פון בחורים וואס האבן געטראפן גוטע שידוכים אויף גאר אומגעראכטענע וועגן, שנעל און גרינג, און שטעלן אויף שיינע ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת.



חז"ל זאגן טאקע "לא הי’ ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" די גרויסע שמחה חמשה עשר באב, אז מען האט געטראפן שידוכים, אזוי אויך זאגן חז"ל אז פון חמשה עשר באב דארף יעדער מוסיף זיין בלימוד התורה, ביי די בחורים וואס פאלגן דעם צדיק - איז דאס ממש איין זאך. מען עס מוסיף בלימוד התורה, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף שטעלן מען אויף א בית נאמן בישראל.
 
 
 
 
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב