א זעלטן-ערנסטער ווינטער שטורעם ווערט פארגעזאגט צו קומען קיין אמעריקע אנהייב קומענדיגע וואך, און לויט די לעצטע אינפארמאציע גייט דאס זיין איינע פון די גרעסטע ווינטער שטורעמס וואס מיר האבן געזען אין אונזערע געגנטער אין די לעצטע יארן. בערך א דריטל פון אמעריקע וועט ווערן אפעקטירט, און בערך צוויי הונדערט מיליאן מענטשן וועלן שפירן די אפעקטן פון דעם שטורעם.
 
דער שטורעם הייבט זיך אן ערב שבת קודש אינדערפרי אין טעקסעס און פארט קיין צפון-מזרח דורך א רייע סטעיטס. אין אונזער געגנט — ניו יארק און ניו דזשערזי — זעט עס אויס אז ער וועט זיך אנרוקן בערך ערגעץ צווישן זונטאג צופרי און זונטאג אינמיטן טאג. דער שטורעם ווערט ערווארטעט זיך אריינצוציען ביז מאנטאג צופרי, און ביי געוויסע פלעצער אפילו ביז מאנטאג נאכמיטאג. מען רעדט פון א סיסטעם וואס קען געדויערן דורכצופארן לכה"פ פיר און צוואנציג שעה.
 
אין דער זעלבער צייט איז דא א שטארקע היי-פרעשור-סיסטעם אין קאנאדע וואס שלעפט אראפ גאר קאלטע, ארקטישע לופט צו אונזער ריכטונג. און אנגעהויבן פון פרייטאג צו נאכטס וועט שוין זיין זייער קאלט אין אונזער געגנט, וואס מיינט אז דער שניי וואס וועט פאלן וועט זיין טרוקן און פאודערי, און נישט קיין נאסער, שווערער שניי. לויט די יעצטיגע שאצונגען קען מען ערווארטן אין ניו יארק און ניו דזשערזי בערך צווישן צוועלף ביז אכצן אינטשעס שניי, אויב די סיסטעם בלייבט אויף איר יעצטיגן טרעק.
 
נאכן שטורעם ווערט ערווארטעט א שארפע טעמפעראטור טראסק. א ציפעדיגע דיעפ-פריז קומט אן, מיט טעמפעראטורן אין איינציגע ציפערן, און מעגליך אפילו אונטער זערא. די קעלט, זאגט מען, וועט זיך האלטן לכה"פ צען טעג, און מעגליך ביז צוויי וואכן, וואס מיינט אז דער שניי וועט זיך האלטן לענגער ווי געווענליך.
 
דער אויבערשטער וועלכער איז דער משנה עתים ומחליף את הזמנים, ער פירט די גאנצע בריאה, אלע שטערנס און פלאנעטן, און אין דער זעלבער צייט ווייזט ער אן יעדן ברעקעלע שניי פונקטליך וואו ער זאל לאנדן. דער אויבערשטער קען אלעס איבערדרייען אין איין רגע, און דער גאנצער באריכט קען זיך נאך אויסשטעלן אלס א בייזער חלום, אבער פון אונזער זייט דארפן מיר זיך גרייטן, און טון וואס דער אויבערשטער וויל אין אזא צייט. דער אויבערשטער לאזט נישט מיר זאלן זיך אריינלייגן אין א סכנה, און מיר דארפן טראכטן צוויי מאל איידער מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג אין אזעלכע וועטערס. און כאטש עס איז וויכטיג מען זאל האבן שניי רעדער, איז נאך אלץ כדאי ענדערש צו לאזן די קאר זיך אפרוען "חבו כמעט רגע עד יעבור זעם."
 
והשם ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם.