נאך א שטארקע נאכפראגע ביי אנשי שלומינו צו האבן אן עפארדעבל פעקעדזש פון די גליונות פון היכל הקודש, מיט א פארלעסליכע דעליווערי, האט קרן הדפסה נארוואס געמאלדן א נייע "שבת גליונות מעגא פעקעדזש" צו אדרעסירן אט דעם פארלאנג.
 
דער נייער פעקעדזש סובסקריבשאן פלאן וועט צושטעלן א ריכטיגע עונג שבת פאר די גאנצע משפחה, סיי די קינדער און סיי די ערוואקסענע, מענער און פרויען מיט לייען מאטריאל אנגעפולט מיט אמונה, מידות טובות, עצות און חיזוק.
 
פאר פילע אנשי שלומינו וועלכע נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל אין שטוב פון די גאס האבן זיך באקלאגט אז די ביז יעצטיגע סובסקריבשאן פלענער זענען געווען אדער צו טייער, אדער נישט גענונג פארלעסליך, זייענדיג געשיקט דורך די פאסט סערוויס וואס כאטש מען האט שטארק פרובירט עס זאל אנקומען אויף שבת, און צוליב דעם האבן די ארויסגעבער פון אלע גליונות זיך אנגעשטרענגט אז אלע גליונות זאלן שוין גיין צום דרוק אנפאנג וואך, און די שטאב פון קרן הדפסה האט געמאכט אלע אנשטרענגונגען עס צו דרוקן און ארויסשיקן די שנעלסטע וואס מעגליך, איז עס נישט געווען גענוג גוט, צוליב וואס די פאסט סערוויס האט געהאלטן אין איין ווערן פארשלעפט, און דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן אזוי שטארק געוואלט האבן די שיינע גליונות אויף שבת קודש.
 
דערפאר האבן אנשי שלומינו זייער פרייליך אויפגענומען די גוטע בשורה אז אין קרן הדפסה האט מען זיך צוגעהערט צו די פילע בקשות און ארויסגעקומען מיט א נייע פלאן וואס הייסט "מעגא פעקעדזש" וואס וועט אנהאלטן אלע גליונות אויף שבת אריינגערעכענט: עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון היכל הקודש און דער גליון שיעורי חינוך, און דאס וועט ארויסגעשיקט ווערן בעז"ה מיט די מער פארלעסליכע UPS דעליווערי פירמע, וואס איז גאראנטירט בעז"ה אנצוקומען אין צייט אויף שבת קודש.
 
די וואס עס איז זיי נישט אזוי וויכטיג עס זאל אנקומען בעפאר שבת וועלן זיך קענען איינצושרייבן צו באקומען די בית נצחי אדער די עצתו אמונה, דורך די ביליגערע פאסט סערוויס, און וועט האפענטליך אבער נישט זיכער אנקומען בעפאר שבת. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די בית נצחי וועט מען שיקן אלץ מיט א גאנצע וואך פריער כדי אז מען זאל עס בעז"ה באקומען אין צייט.
 
רופט שוין אריין צום אפיס פון קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3 זיך איינצושרייבן פארן מעגא פעקעדזש, פון וואס איר וועט זיכער הנאה האבן.
 
אויך די וואס באקומען שוין ביז יעצט די גליונות און ווילן ווייטער באקומען דארפן אריינרופן און זיך פריש איינשרייבן צו איינע פון די אפציעס. ביטע רופט וואס פריער ווייל די נייע סיסטעם גייט שוין אריין אין קראפט קומענדיגן פרשת שמות הבעל"ט. ווארט נישט אויף שפעטער, רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.