מעדיצין לעיבלס וועלן שוין זיין צו באקומען אויף היימישן אידיש
יד כסלו תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
א אינטערעסאנטע נייעס איז לעצטנס פארעפנטליכט געווארן, אז די באקאנטע פארמאסי-איבערזעצונג פירמע "RxTran" האט אפיציעל צוגעלייגט אידיש אלס איר זיבן-און-צוואנציגסטע שפראך פאר "פרעסקריפשאן לעיבלס" אויף מעדיצין פלעשלעך.
לויט די מעלדונג, איז יעדע איינציגע איבערזעצונג גוט איבערגעקוקט און באשטעטיגט געווארן דורך א לייסענסד פארמאסיסט וואס קען ביידע שפראכן אויף א הויכן ניווא, כדי זיכער צו מאכן אז די אנווייזונגען זאלן זיין הונדערט פראצענט קלאר און פונקטליך. למעשה מיינט דאס, אז פאר פילע היימישע אידן וואס קענען בכלל נישט אדער נישט גענוג גוט ענגליש – בפרט די עלטערע דור – וועלן פון היינט און ווייטער קענען אליין ליינען אויפ'ן פלעשל אין מאמע-לשון פונקטליך וואס די פיל איז, וויפיל מאל א טאג מען דארף עס נעמען, און אלע אנדערע וויכטיגע אנווייזונגען.
דאס איז באמת א גאר וויכטיגע זאך. ווען עס קומט צו מעדיצין, קען א טעות אין פארשטיין די אינסטראקשנס חלילה ברענגען גרויסע שאדנס; דעריבער איז עס א גאר גוטע אנטוויקלונג אז יעדער וועט קענען ליינען און פארשטיין די אנווייזונגען אויפ'ן פלעשל אן קיין שום שוועריגקייטן.
די נייעס איבער די מעדיצין-פלעשלעך מיט די קלארע אידישע אנווייזונגען, דערמאנט אונז א באקאנטע משל וואס מ'דערציילט:
אמאל איז א איד געקומען צום שטאטישן דאקטאר און זיך שטארק באקלאגט אז ער פילט נישט גוט – ער האט געהאט בויך-ווייטיג, ער האט נישט געהאט קיין כח, ער האט געהוסט זייער שטארק, און ער האט נישט געקענט אנגיין מיט זיין טאג-טעגליכע ארבעט. דער דאקטאר האט אים גוט אונטערגעזוכט, אים אויסגעשריבן א "פרעסקריפשאן", און אים געזאגט: "נעם די מעדיצין, און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועסטו אין עטליכע טעג צוריקקומען צו די כוחות."
דער איד איז אהיימגעגאנגען גאנץ צופרידן און פרייליך. אבער ס'איז אריבער א פאר טעג – און גארנישט האט זיך נישט געטוישט. איז ער צוריקגעקומען צום דאקטאר מיט טענות: ער האט געפאלגט דעם דאקטאר און "גענומען" די מעדיצין, אבער ער שפירט נישט קיין שום שינוי לטובה. דער דאקטאר האט געטראכט אז מסתמא איז די ערשטע מעדיצין נישט געווען גענוג שטארק פאר אים, האט ער אים אויסגעשריבן א צווייטע, שטערקערע מעדיצין. ס'גייען ווידער אריבער אפאר טעג – און נאכאמאל גארנישט. אזוי האט זיך עס איבערגעחזרט נאך א מאל, ביז ס'זענען דורך צוויי גאנצע וואכן און נישט נאר וואס ער איז נישט בעסער געווארן, נאר ס'איז אים געווארן פיל שווערער; זיין הוסט איז געווארן שטארקער, די בויך-וויי איז ערגער געווארן, און ער האט נישט געהאט קיין כח צו גארנישט.
דער דאקטאר איז געווארן זייער באזארגט. ער האט זיך אוועקגעזעצט מיט'ן פאציענט און אים געפרעגט: "זאג מיר דעם אמת, איך האב דיר שוין געגעבן עטליכע פרעסקריפשאנס. וואס פונקטליך האסטו געטון מיט די מעדיצין?"
האט דער איד געענטפערט מיט א תמימות: "וואס הייסט, דאקטאר? גלייך נאכ'ן ארויסגיין פון דיין אפיס בין איך אריינגעגאנגען אין פארמאסי, דער פארמאסיסט האט מיר געגעבן די פלעשלעך, און איך האב עס גענומען אהיים!"
"נו," פרעגט דער דאקטאר, "און וואס איז געווען ווייטער?"
"גארנישט," זאגט דער איד, "דו האסט מיר דאך געזאגט 'נעם די מעדיצין' – האב איך עס טאקע גענומען אהיים און עס שיין אריינגעלייגט אינעם שאנק..."
דער דאקטאר קוקט אים אן און זאגט אים מיט גרויס רחמנות: "מיין טייערער פריינט! מעדיצין וואס ליגט אינעם שאנק האט נאך קיינעם נישט געהאלפן. כדי צו ווערן געזונט, מוז מען עפענען דאס פלעשל, ליינען די אנווייזונגען – און טאקע אייננעמען די מעדיצין!"
דער נמשל איז פשוט און קלאר. ברוך השם, דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אזעלכע זיסע און שיינע עצות צו היילן די נשמה – ספרים און קונטרסים געשריבן אויף אונזער היימישן אידיש. מיר קומען אין בית המדרש היכל הקודש, מיר הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מיר נעמען אהיים די הייליגע ספרים "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", וואו יעדע עצה – וויאזוי צו לעבן מיט שמחה, שלום בית, חינוך הבנים און אמונה – שטייט שיין און קלאר אויסגעשריבן.
אבער עס איז נישט גענוג בלויז צו הערן א שיעור, אדער צו האבן א שיינעם שאנק מיט הערליך געבונדענע ספרים "אשר בנחל" און "עצתו אמונה". דאס איז פונקט ווי א פארמאכט מעדיצין-פלעשל אינעם קעבינעט וואס קען נישט היילן; פונקט אזוי קען דער ספר וואס ליגט אזוי שיין אין שאנק נישט היילן די נשמה. מען דארף עפענען דעם ספר יעדן טאג, לערנען די קלארע אנווייזונגען, און זיי טאקע מקיים זיין למעשה אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
און אויב א מענטש זעט אז ער ווערט נאך נישט אינגאנצן "אויסגעהיילט" – ער דרייט זיך נאך אלץ ארום מיט דאגות, און דער כעס אדער די מרה שחורה לאזן אים נאך נישט נאך – איז אפשר כדאי זיך אפצושטעלן א מינוט און זיך אליין פרעגן א שאלה: האב איך טאקע געעפנט דאס פלעשל מעדיצין און געפאלגט די אנווייזונגען, אדער ליגט דאס פלעשל שיין פארמאכט אינעם שאנק?
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.