מעכטיגע סטרייק פון קאר ארבייטער קומט צו אן אנדע
טו חשון תשפ"ד 📝
פארגאנגעם ערב סוכות למספרם סעפטעמבער 29 זענען די בערך הונדערט און פופציג טויזנעט ארבייטער פון די אמערקאנער קאר פירמעס וואס ווערן רעפרעזענטירט דורך די יו עי דאבעליו (יוניידעט אויטא ווארקערס) יוניאן ארויסגעגאנגען אין א פאראייניגטע "סטרייק" קעגן די דריי גרויסע אמריקאנער קאר פאבריקן פארד, דזשענעראל מאטארס, און סטעלאנטיס (צווישן די באקאנטע ברענדס וואס געהערן צו סטעלאנטיס זענען קרייסלער, דאדזש, דזשיפ, און רעם), דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס די יוניאן איז ארויס אין א סטרייק קעגן אלע דריי פירמעס אין די זעלבע צייט.
עס זענען שוין אנגעגאנגען פארהאנדלונגען צווישן די פירמעס און די יוניאן פאר עטליכע חדשים פון אנפאנג זומער, ווען די פירמעס האבן פארגעשלאגן פאר די יוניאן געשוואלענע קאנטראקטן, אבער זיי זענען נישט געווען צופרידן.
די יוניאן האט פארלאנגט פון די פירמעס מער זיכערהייט דאס מיינט שווערע מאכן ארויסצואווארפן אן ארבייטער, אזוי אויך קלענער מאכן די געהאלט חילוק צווישן פרישע ארבעטער און אלטע ארבעטער, דאס מיינט אז פרישע ארבעטער זאלן תיכף קענען באקומען גוט באצאלט, אזוי אויך האבן זיי פארלאנגט מען זאל אויפהערן ארויסשיקן ארבעט פאר אנדערע לענדער ווי מען באצאלט ביליגער פאר די ארבעטער.
די פירמעס האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען נישט נאכקומען די אלע פארלאנגען אן הייבן די פרייזן פון די קארס און פארלירן די פלאץ אין די מארקעט וואס קאנקורירט מיט פירמעס פון לענדער מיט ביליגע ארבעטער. אינמיטן זומער האט די יוניאן געשטעלט די פראגע צי מען זאל גיין אויף א סטרייק צו די מיטלידער צו א וואוט אויף וואס 97 פראצענט האבן געשטימט א הילכיגן יא.
אין די פארגאנגע טעג האבן זיך טייל ארבעטער צוריק געקערט צו די ארבעט נאכדאם וואס עס איז אויסגעארבעט געווארן א דיעל מיט צוויי פירמעס, און אין די טעג קומט אן א באריכט אז ווי עס זעט אויס וועט אויך די דריטע פירמע דשי-עם (דזשענעראל מאטארס) צוריק גיין צו נארמאל, ווען די לעצטע דעטאלן פון אן אפמאך ווערן אויסגעארבעט, און וועט האפענטליך ווערן אונטערגעשריבן דורך ביידע צדדים.
דער אמעריקאנער גוי לאזט זיך נישט נארן. אפילו ער ארבעט ביי די פרעזשטילפולסטע פרימעס פארד, דזשי עם, ער דארף א גוטע געהאלט. ער דארף וואקאציע, ער וויל א גוטע פענסיע. ער איז שטארק מיט זיין זאך, און מיר זענען שטארק מיט אונזער זאך. מיר דארפן עפעס אנדערש. יא מיר דארף טאקע באצאלט. און אויב דער בעל הבית דרייעט זיך ארויס עטליכע וואך, אז יעצט איז ער פונקט געענגט און נעקסטע וואך וועט ער באצאלן אלעס, דארפסטו וויסן צו ענדיגן דא. און נישט לאזן די חובות דיר נאך מער פארפלאנטערן מיט אים. אבער מיר דארפן שחרית, מנחה, מעריב, מיר דארפן א ווייב און קינדער.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פאריגע וואך געזאגט אז די ביזנעסלייט וואס נעמען אויף ארבעטער זאגן אז פון איין זייט זענען זיי זיך מחי' מיט די ברסלב'ע ארבעטער, מ'קען זיך רעכענען מיט זייער ווארט, זענען גראדע מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט קען מען נישט רעדן צו זיי, אויב רעדט מען ניבול פה, וועלן זיי שרייען "דא רעדט מען נישט אזוי", ווען עס קומט צו גיין צו מנחה, וועלן זיי נישט פרעגן נאר זאגן "איך גיי דאווענען מנחה", און ווען עס קומט פינף אזייגער, איז נישטא קיין מעשיות, מען טוט זיך אן דאס רעקל, מען מאכט צו דאס שאל, און מען גריסט א גוטן טאג, און מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער.
דער ראש ישיבה זאגט אלץ פאר ביזנעסלייט וואס האסטו פון דיין ביזנעס אויב דו האסט נישט קיין צייט צו רעדן צו דיין ווייב און קינדער? וואס האט דיין ווייב פון האבן אן "אנלימיטעד קרעדיט קארד" אבער זי איז אליינס? ענדערש מאך צו דיין ביזנעס, און לעב א חיים טובים מיט דיין משפחה.
אזוי אויך אויב דיין בעל הבית זאגט דיר "פארסט קיין אומאן? האסט נישט קיין פלאץ ביי אונז" ווייסטו וואס דו האסט צו טון. ער איז סך הכל דיין ארבעטס געבער פון "ניין טו פייוו", און ער קען דיר נישט איינטיילן וויאזוי צו פירן דיין לעבן.