זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן איבערן גרויסן מעמד הנחת אבן הפנה וואס וועט פארקומען מיטן אויבערשטנ'ס הילף דאנערשטאג די וואך פון ראש השנה 5:00 נאכמיטאג ביים גרויסן שטח הארט נעבן דעם עקזעסטירנדען בנין היכל הקודש.
 
פינף אזייגער וועט פארקומען א שיעור הכנה דורכן ראש ישיבה שליט"א, און דערנאך וועט מען לייגן דעם גרונדשטיין פאר "דעם רבני'ס שול, ווי מיר וועלן זיך אינאיינעם פרייען אויף דעם גרויסן זכיה אז מיר קענען וויילן אויף ראש השנה ביים הייליגן רבין.
 
דער בנין אנטשפרעכט צו ענטפערן דעם אומגעהויערן פארלאנג וואס אנשי שלומינו באלאגערן יעדעס יאר מער און מער, דאס קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון די הייליגע מפיצים וואס זענען זיך מוסר נפש יומם ולילה פאר אויבערשטן און קוקן נישט אויף כבוד אדער בזיונות אלעס כדי נאך א איד זאל קענען האבן א לעבן, נאך א איד זאל קענען טרעפן דעם אויבערשטן אין זיין לעבן.
 
אידישע קינדער ווילן זיין גוט און ערליך, נאר דער שאור שבעיסה דער סמך מם לייגט אריין א זויערע טעם אין אידישקייט, ער פרובירט צו צורעדן אידישע קינדער אז דער אויבערשטער דארף זיי נישט, און דערנאך לויפט ער צום בית דין של מעלה אז אידישע קינדער פארלאזן דעם אויבערשטן, דאס קומען די אלע קונטרסים אונז אויסלערנען אז מיר זאלן אים נישט גלייבן, מיר זאל וויסן און געדענקען אז דער אויבערשטער דארף אונז יא, און מיר קענען און מיר וועלן זוכה זיין צו אסאך שיינע זאכן, אויב מיר וועלן קומען און פאלגן דעם צדיק.
 
דאס האט גורם געווען אז דער בנין איז אויסגעוואקסן זייער שנעל, קוים וואס מען האט עס געקענט מחנך זיין, און שוין איז שוין בהכרח צו בויען א פרישע גרויסע בנין, דערפאר געבן מיר א שבח והודאה צום אויבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, און אז דער אויבערשטער האט אונז געהאלפן איבערקומען אלע שטרויכלונגען און מיר זענען זוכה צו זיין ביים הייליגן רבין.
 
דער בנין וועט בעזרת השם באנוצט ווערן לתורה ולתפלה דורך טויזנטער אידן אינג און אלט, און פון דא וועט ארויסקומען אמונה און כבוד שמים.