מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת
טז תמוז תשפ 📝
איינע פון די זאכן וואס איז גאר שטארק ביי אנשי שלומינו, איז דאס לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא חק ולא יעבור, עס איז נישטא אזא זאך אז ס'זאל דורכגיין א טאג אן לערנען דעם טעגליכן דף הקהלה.
יעצט האלט מען אינמיטן מסכת שבת, וואס מ'גייט אי"ה ענדיגן דעם זומער, און מ'גרייט זיך אויף גאר א שיינעם סיום, מעמד "ש"ס איד", ווען אלע אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמקומען זיך צו פרייען אז מ'איז זוכה צו זיין א "ש"ס איד", אז מ'עפנט יעדן טאג אויף די הייליגע גמרא.
דער מעמד ווערט פארקומען זונטאג פרשת ראה, מער דעטאלן איבער'ן מעמד וועט נאכפאלגן אי"ה.
נגיל ונשיש בזאת התורה!