היסטארישע מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת
טז אב תשפ 📝
שטייענדיג בלויז א טאג צוויי אפגערוקט פונעם גרויסארטיגן מעמד "ש"ס איד", דעם זונטאג פרשת ראה, י"ט אב, ווען אנשי שלומינו וועלן מאכן דעם גרויסן סיום אויף מסכת שבת פונעם דף הקהלה, און אנהויבן אינאיינעם מסכת עירובין, איז די התרגשות גאר גרויס מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם מעמד. מ'האט זיך געפלאגט און זיך אנגעשטרענגט אריינצוכאפן יעדן איינציגסטן טאג א בלאט גמרא, נישט קיין חילוק ווי גרויס די טירדות און שטערונגען זענען געווען, און יעצט קומט די צייט זיך צו פרייען מיט די גרויסע שמחה.
דער מעמד וועט פארקומען אין די זאלן פונעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה אין ליבערטי, אויפ'ן אדרעס 12754 NY, Liberty. St Chestnut 39 ,וואו הונדערטער אידן וועלן פארברענגען אינאיינעם ביים געשמאקן מעמד, און זיך שטארקן מיט פרישע כוחות צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. די ריזיגע זאלן זענען אויסגעארבעט געווארן אז ס'זאל קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור וואס איז ערווארטעט, אויף א באקוועמען פארנעם, אז יעדער זאל קענען הערן און זען און מיטהאלטן דעם געשמאקן מעמד.
אום 5 אזייגער פונקטליך וועט מען זיך וואשן צו א רייכע סעודה, די טאלאנטפולע זינגערס פון די "הלווים" קווייער וועלן מהנה זיין דעם עולם, באגלייט מיט פראפעסיאנאלע מוזיק און גראמען. חשובע בעלי דרשנים וועלן האלטן דעם עולם געשפאנט. מ'וועט מסיים זיין מסכת שבת און אנהויבן מסכת עירובין, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן דברות קודש.
דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין פרייליכע טענץ, און נאך ברכת המזון וועט פארטיילט ווערן ספעציעלע חשובע מתנות פאר אלע באטייליגטע.
ביים זאל איז נישטא קיין פארקינג, א גרויסער פארקינג לאט איז צוגעשטעלט געווארן נישט ווייט פון זאל, אויף .St Grant corner. Ln Darbee פון וואו ס'איז בלויז געציילטע מינוט צוצוגיין צום זאל ]זע בייגעלייגט די מאפע[. ביטע זיך האלטן צו אלע אנווייזונגען, ס'זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען מיט די שכנים און די באאמטע.
שישו ושמחו בשמחת התורה!