מענער שיך אין שטעטל צו באקומען פאר צוואנציג פראצענט פונעם פרייז
כא אדר תשפ"ג 📝
אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א, גרייט זיך די נייע שיך געשעפט אין שטעטל צו פארקויפן שיך לכבוד יום טוב פאר די איינוואוינער פון שטעטל פאר א הנחה פון "אכציג פראצענט". די נייע שיך געשעפט "אָפּער שו" וואס האט זיך לעצטענס געעפענט אין שטעטל האט שוין ארויסגעשטעלט אן אפיצעלער מודעה אז מענער קענען קומען אין די קומענדיגע צוויי וואכן פון פרשת ויקרא איינקויפן שיך פאר זיך און פאר די בחורים מיט א דיסקאונט פון 80%, און מען דארף באצאלן בלויז 20% פון די ריכטיגע פרייז.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט זיין זון הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א, צו פירן דעם גרויסן חסד פראיעקט, און שאפט דאס געלט צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות דערפון.
די שיך געשעפט "אָפּער שו" געפונט זיך אויף 73 האָשקי רד. און ווערט געפירט דורך מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט מיט יעדן קאסטומער. צו קויפן שיך קען מען אים רופן אויף 845-662-8423.
אט איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר ר' יואל איבער דעם חסד פראיעקט:
"זיי מודיע אז מען וועט קענען קויפן ביי דיר שיך לכבוד פסח פאר אנשי שלומינו פון שטעטל פאר אכציג פראצענט דיסקאונט. א שיך וואס קאסט צום ביישפיל הונדערט פינף און צוואנציג וועט מען קענען קויפן ביי דיר פאר פינף און צוואנציג דאלער, איך וועל דיר געבן די איבריגע הונדערט פאר יעדע פאר שיך."
"די יאר וועט זיין די ערשטע יאר, איך האף צום אייבערשטן דאס צו קענען טון אלע יארן; לאמיר אנהויבן מיט מענער שיך פאר בחורים און אינגעלייט."