דאנערשטאג מיטאג איז געמאלדן געווארן דורך די ביידען אדמיניסטראציע, אז יעצט אין די מינוטן קומען פאר אויפן ראנוועי אינעם אינסטאנבול לופטפעלד א היסטארישער ארעסטאנטן אויסטויש מיט רוסלאנד, ווען רוסלאנד האט ארויסגעלאזט זעכצן ארעסטאנטן וואס רוסלאנד האט געהאלטן פון עטליכע מערב וועלט לענדער, צווישן זיי אמערקאנער, דייטשע און נאך עטליכע רוסישע פאליטישע ארעסטאנטן, רוסלאנד האט דערפאר באקומען 8 רוסישע בירגער וואס זענען געזיצן אין אמעריקאנער און אייראפעאישע תפיסות אויף הארבע קלאגעס פון מארד און שפיאנאזש.
 
איינע פון די גאר באקאנטע מענטשן וואס זענען געווארן באפרייט איז דער אידיש אפשטאמיגער וואל סטריט דזשורנאליסט איוואן גערשקאוויטש, וועלכע איז ממש לעצטענס פאראורטיילט געווארן אין רוסלאנד אויף זעכצן יאר טורמע, נאכדעם וואס רוסלאנד האט אים - לויט אמעריקע פאלש - באשולדיגט אין שפיאנאדזש.
 
דער הייליגער רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב זי"ע פלעגט אלץ מלמד זכות זיין אויף אידישע קינדער, און אויסגעלערענט אידן זיך אויסצו'טענה'ן מיט'ן אויבערשטן. יעדע מוצאי שבת זינגען אידישע קינדער דעם באקאנטן "רבונו של עולם מיר וועלן מאכן א בייט", ער טענה'ט זיך אויס מיט'ן באשעפער אן אינטערעסאנטן דיעל: מיר ווילן מאכן א געשעפט מיט דיר באשעפער, מיר וועלן דיר געבן וואס מיר האבן, און דו געב אונז וואס דו קענסט. מיר וועלן קויפן פונעם אויבערשטן ער זאל אונז מוחל זיין אויף אונזערע עבירות, און מיר וועלן אים דערפאר באצאלן, מיט וואס? הערטס וואס דער הייליגער צדיק זאגט: מיר וועלן דיר געבן עבירות.
 
להבדיל אלף אלפי הבדלות, עס זעט אויס כמעט ווי דער געשעפט וואס אמעריקע האט געמאכט מיט רוסלאנד, רוסלאנד האט פארקויפט אלע זייערע חטאים עוונות ופשעים, זיי האבן אויסגעלייזט זייערע מערדער, שפיאנען, און באקומען דערפאר מחילה סליחה וכפרה, מען האט זיי מוחל געווען אויף דעם וואס זיי רודפ'ן פאליטשע אפאנענטן, זיי זעצן איין אומשולדיגע רעפארטער אלץ שעדליכע שפיאנען...
 
עס זעט אויס ווי דער געשעפט מאכט נישט קיין סענטס. און עס קען טאקע זיין אז אמעריקע האט געמאכט א שלעכטע דיעל. אבער וויאזוי קען זיין אז מען קען מאכן אזא נישט "פעיר דיעל" מיט'ן אויבערשטן.
 
אבער דער אמת איז מיט'ן אויבערשטן קען מען מאכן אזעלעכע דיעלס. דער אויבערשטער איז א חנון המרבה לסלוח, ער זוכט צו טון חסד מיט אונז, ער ווארט נאר מיר זאלן אריינלויפן צו זיינע אויסגעשטרעקטע הענט וואס ווארט מיר זאלן קומען צו אים, און איינמאל מיר עפענען דאס מויל, מיר זאגן אים "איך האב געזינדיגט, איך וויל עס נישט טון, העלף מיר באשעפער נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער", דאס געבט אונז דירעקט עקסעס צום באשעפער, מיר קענען באקומען דעם געוואליגן געשעפט. און נישט נאר וואס מיר ווערן פטור פון אונזערע חטאים עוונות ופשעים, און מיר באקומען דערפאר מחילה סליחה וכפרה, מיר באקומען נאך א באנוס, ער געבט אונז נאך צו דערפאר "בני חיי ומזוני" נישט סתם, נאר מיר הייבן אן צו לעבן מיט'ן באשעפער, "בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות", און "חי חי יודיך וישבחוך", און "ואכלת ושבעת וברכת את השם אלוקיך".